Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 243
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1114

חנ א גאטעספעלד ביים פאסט־אמט אין סקאלע * 1עם ערשטן טאג, וואס איך האב פארבראכט אין מיין שטעטל האב איך געברענגט פון נייגעריגקייט צו גיין צו דער פאסט אין דער צייט ווען דער בריוו־ טרעגער גייט ארויס פון דארט מיט בריוו. דאס בילד פון אמאל ווי אזוי יידן פלעגן שטיין ביי דער פאסט און ווארטן אויפ׳ן בריוו־טרעגער איז קיינמאל ניט ארויס פון מיין זכרון. איך זע עס ווי עס וואלט איצט פארגעקומען. מען פלעגט אהין קומען נאך מיט א שטונדע פריער איידער דער בריוו־טרעגער איז ארויסגעקומען, כדי מען זאל האבן צייט צו שמועסן. ווער פלעגט דען אהין ניט קומען? אייל פאבריקאנטן, אייגנטימער פון שניט־קראמען, סוחרים, איידימס אויף קעסט, וואס האבן געהאט אסאך צייט און זענען געווען זיכער אז זיי וועלן ניט צוריקגיין מיט לעדיגן, ווייל זיי זענען געווען אבאנענטן פון א טעגליכער דייטשער צייטונג, די "ווינער נייע פרייע פרעסע", אדער "דאם ווינער טאגעבלאט"; בחורים, ציוניסטן, וואס האבן ערווארט ציוניסטישע בלעטער אדער העברעאישע ספרים׳לעך, און סאציאליסטן, וועלכע האבן ערווארט א סאציאליסטישע צייטונג.

passage_12dd390b6b9ed44007a2ecb0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1116-1831

אפילו איך, וואס בין נאך געווען גאר א יונגער בחור, האב שוין אויך געקראגן פאסט. איך פלעג באשטעלן קאטאלאגן פון ביכער און פראבע־נומערן פון צייטונגען (צייטונגען, דייטשע און העברעאישע, פלעגן שיקן אומזיסט איין נומער אלץ פראבע). אבער ניט בלויז כדי אפצונעמען צייטונגען אדער בריוו איז מען אהין געקומען. דארטן איז געווען דער צוזאמענקונפט פון אלע ריכטונגען און פארטייען פון שטעטל. פאר די סוחרים איז דארט געווען א מין בערזע און פאר די ציוניסטישע בחורים, משכילים און איידעמס אויפן קענט איז דאס געווען א קאמף־ פלאץ, וואו מען האט געקעמפט פאר מיינונגען. * א קאפיטל פון דעם מחבר׳ס בוך ״מיין רייזע איבער גאליציע״, ניו־יארק 1957. 223

passage_5b1d8550af81bd67a9620ec2