זאל געבן פעטעז, און ס׳איז ניט א פארוואס. מיר זיינען אלע ציוניסטן, אז מיר וואלטן אלע ביי דער ערשטער מעגליכקייט אהין אוועקגעפארן. — און וואס איז וועגן די פאגראמען פון די אראבער? ער האט זיך צולאכט. וואס לאבסטו? — א גאליציאנער ייד האט מורא פאר פאגראמען? — האט ער געפרעגט. — פארקערט, אויב אראבער מאכן פאגראמען, דארפן מיר ערשט פארן אהין זיך שלאגן מיט זיי. בשעת איך האב זיך וועגן דעם פארטראכט, איז דער בריוו־טרעגער ארויסגעקומען. ער האט מיט זיך געהאט א פעקל פון עטליכע בריוו. ער האט זיך ניט אפגעשטעלט, נאר איז מיט די בריוו אנטלאפן. די יידן זיינען אים נאכגעלאפן. איך בין געבליבן שטיין און געקוקט אויף דעם בילד. ערשטנס, וויפיל בריוו, מ׳שטיינס געזאגט, דער בריוו־טרעגער האט פאר דעם גאנצן שטעטל; צווייטנס, דאס גדלות פון דעם פויליעזן בריוו־טרעגער. ער שטייט אים ניט אן זיך אפצושטעלן און זאגן די פאר יידן, צי ער האט פאר זיי א בריוו, צי ניט. אז א בריוו־טרעגער וואלט אין מיינע צייטן דא אנטלאפן מיט די בריוו, וואלט מען אים צוריסן. ער וואלט עס ניט געוואגט. די יידן זיינען צוריקגעקומען פון בריוו־טרעגער פארסאפעטע און אן בריוו. — איך בין אומזיסט געלאפן, — זאגט איינער, — איך האב ערווארט א בריוו פון מיינעם א קרוב אין אמעריקע. אז מען שרייבט ניט, קומט ניט אן.
— איך האב געוואוסט, אז איך וועל גארניט קריגן — זאגט מיר א צווייטער. — מיר שרייבן שוין ניט מיינע קרובים פון אמעריקע זייט יארן, אינגאנצן פארגעסן אן מיר. פונדעסטוועגן גיי איך אהער יעדן טאג צו דער פאסט. אפשר האט זיך איינער דערמאנט אן מיר, אפשר. אז איך האב ניט קיין אנדער האפנונג. — און איך זאג אייך, — רופט זיך אן א דריטער, אז ווען זיי וואלטן דארטן געוואוסט, ווי וויכטיק עס איז זייערער א בריוו פאר אונז, וואלטן זיי אונז אפט געשריבן. זיי ווייסן ניט. — וואס וואלט איר געהאט פון א בריוו? — זאג איך — ווען זיי שיקן געלט פארשטיי איך. אבער וואס איז א בריוו? א בריוו איז אויך גוט, — זאגט מיין פריינד, וואס האט געכאפט אמאל א פאטש ביי דער פאסט. — וואס איז רעם גוט אן געלט? — פרעג איך. — מען קריגט דערפאר קרעדיט, — זאגט מיין פריינד. — איך האב אמאל דורך א בריוו פון א קרוב געקראגן געלט אויף צו האנדלען און וואס ניט. — אז זיי ווייסן דארט ניט, וואס א בריוו פון אמעריקע מיינט, — ערקלערט מיר איינער. 226