Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 251
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1375

עס איז א מנהג ביי די וויזשניצער אין די שלוש רגלים טעג צו זינגען תתברך. טשארטקאו האט דאס אפגעשאפט. ביז עס האט געטראפן אן "אומגליק". אין א פסח טאג, האט דער בעל שחרית זיך פארגעסן און גענומען זינגען תתברך. ווען עס איז געווארן א טומל, איז איינער פון די בעלי בתים, וועלנדיק פארמיידן א חילול יום טוב, ארויס צום זשאנדארם(דער זשאנדארם פלעג שטיין אין דרויסן, נישט טארנדיק אריינגיין אין א מקום קדוש) מיט "פאניע! פאניע!" ווייזנדיק אויפן בעל תפילה. דער פארחידושטער ערל האט נישט פארשטאנען דעם גאנצן ענין און א זאג געטאן צום צעקאכטן ייד אויף פויליש:, "אבער יענער טוט ראך נישט קיץ שלעכטס. האט דער בייזער ייד א געשריי געטאן: ״אבער ער זינגט דאך תתברך.״ . . "גוט מארגן, מושקאטאוויצער קוימען" ר׳ משה דוד מעלצער ע״ה, דער שטאטישער גביר, און ר׳ לייביש נטע׳ס (פייערשטיין ע״ה), זענען געווען כמעט אין איין עלטער און אינאיינעם געלערנט, בחודווייז, אין די חדרים. נאר לייביש האט געקענט אסך בעסער פץ משה דוד׳ן. אבער אין מזל איז משה דוד געווען א גוט־באזיצער, איינער פון די גרעסטע יידישע ערד־באזיצער אין גאליציע. דאקעגן לייביש איז אלע יארן געווען אן ארימאן, און שפעטער דורך פראטעקציע פון זיין קרוב, דעם ראש הקהל משה פייערשטיין, געוואוינט אין באד. פארשטייט זיך, אז קיינער האט זיך אויף אים נישט אומגעקוקט.

passage_8c8378c7f85c0754cae61e68
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1377-2761

איינמאל איז לייביש פארבייגעגאנגען משה דודי׳ס הויז, בעת דער גבּיר איז פונקט געשטאנען אין דרויסן, און דערזעענדיק לייבישן, האט ער א פריילעכן רוף געטאן: "גוט מארגן דרייקאפ"(לייביש פלעגט האלטן דעם קאפ אין א זייט). דער רוף "דרייקאפ" איז נישט געמיינט געווען חלילה לגנאי נאר פון יוגנטלעכער חבר׳שאפט. נאר דער ארימער לייביש האט גלייך צוריקגעענטפערט "גוט מארגן מושקאטאוויצער קוימען"(מיינענדיק דעם הויכן קוימען פון זיין גוראלניע), און דערביי צו אים אזוי געזאגט; "דו ווייסט דאך משה דודי, אז לערנען קען איך בעסער פון דיד, א מיוחס בין איך נישט קיין קלענערער פון דיד. אלא וואס דען? איך בין אן ארימאן און וואוין אין באד, רופט מען מיך "דדייקאפ". דיר דאקעגן טראגט יעדער ייד אנטקעגן דעם חנופח׳דיקן גוט מארגן. זיי זש ע וויסן, זיי מיינען נישט דיך, נאר דעם מושקאטאוויצער קוימען. זיי זאגן שקר, נאר איך זאג דעם אמת". "ניבא וידעמ ה ניבא" ־ א משל מיט א באן איינמאל איז לייביש נטע׳ס געקומען צו משה דודי׳ן וועג א געוויסן ענין. האט משה דודי, דאסמאל אן ערנסטער, לייבישן געמוסר ט אויף אן היימישן אופן, זאגנדיק: "לייביש, דו ביסט דאך א ייד בן תורה, ווען דו נעמסט זיך אין די הענט אריץ און וועסט א מענטש, וואלסטו דאך נישט געדארפט וואוינען אין באד". האט אים אדף דעם לייביש אזוי געענטפערט: "דאס לעבן אדף אונדזער 231

passage_5bb4e98a8bac4a16a3f88048