Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 256
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1300

עטלעכע פעטש. אז ס׳איז געווארן א גערודער און מ׳האט צו מאיר׳ן געשריגן: "הייתכן, ס׳טייטש? ווי הייבט מען עס אויף א האנט אויף א ייד, א תלמיד חכם, הייתכן?" האט מאיר געהאט א פארטיקע תשובה: יא א מצווה אויף אים. ער (שלמה אהרון) פרעסט רעם קייסער׳ס ברויט, ט אזאל ער נישט אנטקעגן־רעק און אים נישט זיין קיץ שונא... נישט קיין נייעס אונטער דער זון ווען מ׳האט אין די אכציקער יארן פון פארגאנגענעם יארהונדערט געבויט אין סקאַלע די אייזן־באן, האבן יידן געווארט אין שפאנונג, זיך געחקרנט און געדרייט מיט די פינגער, כדי צו פארשטיין און צו כאפן דעם "שכל" פון דער זאך. באזונדערס האבן זיך געבראכן די "מוחות" יענע, וואס האבן דאס חידוש נאך פריער נישט געהאט געזען, וועד שמועסט־נאך צו פארן דארין... סטייטש, א באן, אן אייזערנער מחבל מיט איין ברענענדיקן אויג, לויפט ווי א רוח, בלאזט מיט רויך־סכנות נפשות. קען מען משער זיין דעם רעש און דעם קאכ וואס עס האט זיך אפגעטאן, ווען די באן האט באדארפט אנקומען צום ערשטן מאל? קינד־און־קייט זענען געווען ביי דער סטאנציע. אפילו בערדיקע יידן, תלמידי חכמים וואס זענען נזהר פון ביטול תורה, זענען אויך געקומען. א קטנותא, א קלייניקייט, א באן! ץ צווישן עולם ביי דער סטאנציע איז אויך געווען יאסל־דאס־

passage_24d7e0d10e9c00b218575a82
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1302-2017

געלעכל(בלומענטאהל) א געבוירענער אין בארשטשעוו און דעריבער שוין ממילא א שטיקל "וועלטס־מענטש" אץ דערצואבן תורה. דער צוג איז סוף־כל־סוף אנגעקומען, מיט א פייפעניש אץ פרייכעניש און א טשאד צום באן־הויף, שלעפנדיק א גאנצע שורה פון וואגאנען. און דא האבן די פארחידושטע יידן דערזען אין מיטן פון דער שורה וואגאנען איין וואגאן מיט פערד. אז יאסל בלומענטאהל האט דערזען די פערד, האט ער מעשה בר־סמכא אזוי א מאך געטאן: אין כל חדש תחת השמש... נישט א קיץ נייעס אונטער דער זון; געוויינליך, ביי סתם א וואגן זענען די פערד איינגעשפאנט פץ פארנט און שלעפן; די באן שלעפט די פערד פון דער מיטן... ״העכערע״ און ״נידעריקערע״ פייערשטיינס...

passage_386ccafbd6439d4f25e8e5c7
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2019-2812

ברוך ראזענבוים, ר׳ מענדל משה לייב׳ס איידעמס זץ, האט געארבעט ביי ר׳ ישראל זיידמאן אין מאגאזין. איינמאל האט ער זיך דורכגעשמועסט מיט א גוי וועגן יחוס פון דער משפחה פייערשטיין(ער, ברוך, איז געווען אן אייניקל פון ר׳ משה לייב פייערשטיין). ער האט געטענה׳ט אז רעם נאמען פייערשטיין האבן זיי באקומען פון קייזער יאזעף דעם צווייטן. אי־פונוואנען האבן זיך גענומען אזוי פיל פייערשטיינס אין אזא קליין שטעטל ווי סקאלע? דער תירוץ איז אז ר׳ אהרן משולם פייערשטיין, זייענדיק מעטריקאל־פירער, פלעגט פאר א געוויסן פרייז אריינשרייבן אין רייסטער אריבערגעקומענע אידן פון רוסלאנד און אנדערע, וואס האבן געדארפט א פיקטיוון נאמען, און האט זיי פארשריבן ווי פייערשטיין. קיץ קרובה׳שאפ ט איז צוויש ן זיי נישט געווען. 236

passage_0c9dbf91b54e473b30785b02