צו םשטעטלישן טייכל און דארט באפן פיש לכבוד שבת". (ער איז געווען זיכער, ווייל אריינפארנדיק אין אוונט פריער אין שטעטל, האט ער אריינגעווארפן א זעקעלע לעבעדיקע פיש). אז "ער זאל לעבן" הייסט, איז נאך נישט שייך! דער בעל הבית איז אוועק צום טייכל און, פלאי פלאים, וואונדער איבער וואונדער, ער האט געכאפט פיש. דארף מען רען נאך א בעסערן מופת? אז "ער זאל לעבן" וויל נאר, קען ער. א סימן האט איר, דעם נעקסטן ערב שבת זענען אידן געגאנגען צום טייכל באפן פיש און אהיים געקומען מיט ליידיקע הענט. און איצט וועגן נאך איי ן מופת, וואס האט ישעיה׳ן בארימט געמאכט אין די מקומות, וואו ער איז ארומגעפארן.
אין א געוויסן דארף איז געווען א רייכער ארענדאר, נאר א גרויסער קמצן. די ארענדארקע, זיין ווייב, איז גאר געווען א מרשעת: נישט בלויז זי פלעגט נישט געבן קיין נדבה אן ארימאן, נאר בכלל נישט אריינגעלאזט קיין יידן איבערן שוועל. ווען שייקע האט געהערט וועגן דעם הארצלאזן פאר האט ער באשלאסן זי אנצולערנען ווי אויך מחזיר למוטב זיין. אין א קאלטן ווינטער נאכמיטאג, ווען דער שניי האט מוראדיק געבלאזן, איז שייקע פארפארן צום ארענדאר. אליין בלייבנדיק זיצן אין שליטן, האט ער אריינגעשיקט שלמה גבאי אין קרעטשמע אריץ פרעגן צי דער "רבי" קען אריינקומען. די ארענדארקע האט אים גלייך געענטפערט: "איר ווייסט דאך, מיר לאזן נישט אריץ קיץ שלעפערס". אז שלמה האט אים פארזיכערט, אז דאס איז נישט קיץ שלעפער, נאר א רבי, א צדיק, און דאס איינציקע, וואס ער בעט איז אז מ׳זאל אים אריינלאזן דאווענען מנחה־מעריב, האט שוץ דער בעל־הבית געגעבן זיין הסכמה, זאגנדיק: "לאז ער אריינגיין אין דער הינטערשטער שטוב אפדאווענען און גלייך זיך פארנעמען". באקומענדיק די דערלויבעניש, איז שלמה ארויס אץ צוריקגעקומען מיטן "רבץ" און אריץ אין דער הינטערשטער שטוב. דארט האט שייקע מיטאמאל דערזען א קאץ זיך ווארעמען ביי דער הרובע. האט ער באשלאסן, אז איצט איז א שעת הכושר אנצולערנען די רשעים. ער האט גלייך אויפגעקנעפלט די ציך פונם איבערבעט, א כאסט געטאן די קאץ, אריינגעווארפן אין אפענער ציך, צוריק פארקנעפלט און זיך געשטעלט דאווענען. אפגעדאווענט און, שטייענדיק שוין אין דער בורקע האט ער א זאג געטאן צום ארענדאר: "מילא, וואס איר האט מיך מבייש געווען בין איך אייך מוחל, אבער אויף דער הקפדה פון מיינע הייליקע אבות וועט איר מוזן תשובה טאן". ער איז ארויס, ארויף אויפן שליטן און אוועקגעפארן. פארנדיק טוט ער א זאג צו שלמה׳ן: "מיר וועלן אריינפארן אין נאענסטן דארף און אריץ דארט צום
ארענדאר און ווארטן, זי וועל ן שוץ קומען צו מיר". דערווייל האט דער קמצנותדיקער ארענדאר פארמאכט די קרעטשמע, אריץ מיטן ווייב אץ שלאף־ שטוב, פארלאשן דאס לעמפל אץ מיד אריין אין די בעטן. און דא, איידער מ׳האט זיך דערווארעמט, שרייט די ארענדארקע מיט באנומענע קולות: "געוואלד! א בראך איז צו מיר! עפעס לויפט ארום אין איבערבעט". דער מאן, א שטארק־ דערשראקענער, פרואווט זי בארוהיקן, אז עס דאכט זיך איר אויס. עס העלפט אבער נישט, זי שרייט ווייטער, אז עפעס לויפט ארום אין איבערבעט. דער ארענדאר איז אראפ פון בעט, אנגעצונדן א ליכט און וויי־געשריען; דאס גאנצע 238