Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 265
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1191

בן־ציון פידערער דריי געשטאלטן פון אמאל אץ איין פא ריעדער נשמה בי אונט אין סקאלע האט זיך געפונען א ייד, וואס מען האט גערופן שמואל פויסיק. ער איז געווען א קלוגער ייד, נאר נישט קיין גרויסער גביר. ער פלעג נעבעך עטליכע חדשים אין יאר מוזן אריבערגיין קיץ רוסלאנד און דארט, לא עלינו, צונויפנעמען א פאר קערבלעך. איין מאל איז ער געווען אויפ פסח אין קאמעניץ, האט ער זיך געשטעלט ביי א בעקער באקן מצות. א געוויסן טאג איז צוגעפארן צו דער בעקעריי א פור מיט א פאר שיינע פערד. קומט אריץ אץ בעקעריי אייד און האט איינגעקויפט א היפשע פארציע מצות. מ'האט אים די מצות איינגעפאקט אין צוויי גרויסע קאסטנס. איידער ער איז געגאנגען אהיימפארן, פרעגט ער דעם בעקער: "אפשר קענט איר דא א ייד וואם קען זיין א "פראוואתטיעל" ביים סדר? איך דארף ביים סדר א "פראוואתטיעל" (דאס הייסט וואס זאל אים פירן דעם סדר); ער וועט ביי מיר האבן א גוטן פסח און איך וועל אים שיין באפרידיקן. דעם שמואל פויסיק איז געפעלן דעד "שידוך׳" און ער האט געזאגט, אז ער איז גרייט צו פארן זיין א "פראוואדיטיעל" ביים סדר. ער האט זיך ארויפגעזעצט מיט דעם ייד און איז אהץ געפארן.

passage_28156e9fb1faec0c732d0a79
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1193-1987

זייענדי ק אויפן פלאץ האט מען אים אפגעגעבן כבוד ווי א רבץ. עס איז געקומען אחרון של פסח, זאגט אים די פרוי: "איך האב געהערט אז היינט מאכט מען הזכרת־נשמות, נאד איך קאן נישט אויסרעכענען די נשמות". האט ער איר געענטפערט אז פאר יעדע נשמה דארף מען אריינשלאגן אן איי אין די קעזלעך אריץ, און "איך וועל אייך אויסרעכענען די נשמות". זאלט איר שוץ גארנישט פרעגן וויפל אייער די פרוי האט אריינגעקלאפט אין די קעזלעך און ווי גוט קעזלעך זענען געווען. דעד בעל הבית איז געווען א "קאנטאניסט", וואס מ׳האט אים געכאפט אלס קינד און ער האט אפגעדינט 25 יאר אין דער צארישער ארמיי. דערנאך פלעג מען אזא איינעם גיבן א שטיקל ערד מיט א באלעבאטישקייט נאר פון יידישקייט האבן די "קאנטאניסטן" ודיני ק געוואוסט. 245

passage_6f5bf1c946f328b426ace24e