דא הא ט דער קאסיווע רב ארויסגעלייגט דעם לעפל פון האנט און אויפגעהערט צו עסן. פרעגט אים דער ריזשינער: "למאי עסט נישט דער מחותן?" האט דער רבי ר׳ חיים אים געגעבן אזא תשובה: "בדרך כלל בין איך זיך נוהג צו עסן וויפל דער גוף מאנט און פארלאנגט. אלא וואס רען? איצטער איז מיר קלאר געווארן אן ענץ, וואס האט מיך תמיד געחידושט. בעת א איד קומט אהיים פון דאווענען פרייטאג־צו־נאכטס, באגלייטן אים צוויי מלאכים, די מלאכי השרת. נעמט ער זיך אויף ווי עס קער צו זיין הארציק, מיט א "שלום עליכם". אבער איידער ער מאכט קידוש, וואשט זין־און זעצט זיך צום טיש עסן, זאגט ער צו די מלאכים "צאתכם לשלום", גייט אייך געזונטערהייט. איצט איז מיר קלאר געווארן די זאך: "א איד קען נישט עסן בעת מלאכים זענען דא דערביי". האט דער ריזשינער זיך צעשמייכלט און שטארק הנאה געהאט פון זיין מחותנ׳ס קלוגן ענטפער. כידוע, איז די חופה פארגעקומען אין קעשינעוו, וואו די כלה מיט דער מוטער און ברידער זענען געווען. דער פאטער, ר׳ ישראלטשי, האט מורא געהאט צו פארן אהין, די צארישע זשאנדארמען זאלן אים ניט אפפיקאץ תפיסה. האט ער דעם חתן ר׳ מענדעלי מיט זיין משפחה באגלייט בלויז צו דער גרעניץ. און אדסגעקליבן האט מען דווקא אן אנדער גרעניץ־פונקט־נישט סקאלה־נאר גראד הוסיאטין. דעם גאנצן וועג פון סקאלע קיץ הוסיאטין זענען מיטגעפארן אן א שיעור חסידים.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1407
passage_a73816b0afda86ea58806308
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1409-1875
לענגאויס דעם וועג האבן זיך אנגעשלאסן נאך און נאך חסידים, אז דאס שפילן פון כלי־זמר און דאס זינגען האט גארנישט אפגעהערט, ביז דער חתן מיט די מחותנים זענען אריבער די גרעניץ קיץ רוסלאנד. אלע, אחוץ דעם אבי־ הכלה, דעם ריזשינער, וואס איז געבליבן אויף דער עסטרייכישער זייט פון גרעניץ־ טייך. חסידים האבן דערנאך איבערדערציילט די מעשה פון דער גרויסער עליה לתורה אין סקאלע אז וועגען יענעם געהויבענעם שבת. ו 25
passage_a480d47d46eb4801cf41c0a9