א פאלקס־ליד דער מחבר פון דעם ליד איז דער פאלקס־דיכטער בנימין־וואלף ערענקראנץ (1883־1826) באקאנט אונטער דעם פען־נאמען אלם וועלווול זבאראזשער . פשוטע פאלקמענטשן פלעגן זינגען דאס ליד אין אונזער געמלט און איך האב זיך אויסגעלערנט דאס דאזיקע פאלקס־ליד פון אשר הערשער ז״ל . (גדליה לאכמאן ) ו דער הֶר גאט זיצט אויף זיין שטול נישט ווייט פון דעם גן־עדן ; פאר אים קומען צדיקים פיל און ווילן מיט אים ריידן . "וואס ווילט איר זאגן ער מיינע קינדער וואס איז אייך עפעס קשה? " האט אנגעהויבן א יעדער באזונדער צו זאגן זיין בקשה . האט גאט דעם קאפ אנגעבויגן בלייבט שטיין יעדער אויף זיין ארט . און גאט קוקט מיט די אויגן און טוט א שמייכל און רעדט קיין ווארט . 2 אט קומט דער רב מיט דעם יורה דעה און קוועלט פאר גרויס הנאה , ער קרייזלט זיך אויס די פא און גלעט די בארד די גרויע . "איך האב געלערנט זאגט ער מיט דיינע קינדער זיי זאלן האבן פאר דיר מורא איך האב זיי געוויזן די גרויסע וואונדער פון דיין הייליקער תורה . 252
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1047
passage_a33658f4645ccd94de3136b3