Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 274
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1231

6 באלד בלייבט איינער פון דערווייטנס שטיין אן תחתונים, מחילה: "איך בין־זאגט ער־נישט ארעם געווען נישט אויסגעלאסן חלילה. איך בעט דיר גאט, גיב מיר קצבה מאך קיין אונטערשייד; איך האב קיינמאל נישט געטאן קיץ מצווה, נאר איך ווייז דיר אז איך בין פארט א ייד. רעפריין 7 אט קומט איינער אויך צופליען אין א שטריימל מיט דרייצן שפיצלעך, און א קאפטאן מיט הייקעלעך אנגעטאן צוריסן אויף פיץ־פיצלעך. רעם רבינ׳ס חסיד איז געקומען האט דערקענט א יערער, און מען האט שוין געהאט א גוטן סימן אין זיינע שיינע קליידער. ער טאנצט און שפרינגט ווי א צאפ און שרייט "שקצים, מאכט מיר פלאץ" ער זינגט זיך צו אויך א קאפּ און גיט זיך ביים עסק אויך א קראץ... רעפריין 6 באטראכט׳ס דעם חסיד דורכן דורכן מיט זיין הייליקער צורה, אז אויף דעם שטריימל און אויף דעם ווערך ליגט א מצה שמורה. און אויף די שפיצלעך חנוכה ליכטלעך און א מזוזה אויף דער נאז: אץ ארבע כוסות און די פלעכטלעך און די פאות־גאראן א מאס! און אויפן שטערן צוויי פאר תפילין און א שופר אויף דער צונג און אין מויל א כוס א פולן פון קידוש און הבדלה, פון דעם הייליקן טרונק. און פון שבועות א מילכיק קרעפל און פון פסח א קניידל 254

passage_d7555080162b0077d5d48af2