Original scan
Original memorial-book scan 281
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1126

מיט'ן אויסברוך פון דער צודיטער וועלט־מלחמה זענען מיר געווארן אפגעשניטן פץ סקאַלע פאר א משך פץ 6 יאר. מיר האבן געזוכט א פארבינדונג דורך דעם רויטן קרייץ, אבער מיר האבן גארנישט באקומען, אץ גארנישט געוואוסט וואס עם טוט זיך דארט. ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט אץ נאך איידער מיר האבן פון סקאַלע עפעס געהערט, האבן מיר דורך דעם ״דזשאינט״ איבערגעשיקט 25 שפייז־ פעקלעך צו פארטיילן. די פעקלעך זענען קיינמאל קיין סקאַלע נישט אנגעקומען. אין "דזשאינט" האט מען אונז געזאגט אז די פעקלעך זענען געבליבן שטעקן אץ רוסלאנד, און זיי האבן אונז צוריקגעגעבן דא ה געלט. די ערשטע ידיעה האבן מיר באקומען פץ ביטאם, פוילען. מען האט אונז געלאזט וויסן, אז אלע סקאלער, וואט האבן זיך געראטעוועט, זענען איצט אין ביטאם. מען האט צו אונז בייגעלייגט א ליסטע פון קוי ם ו ו ו(הונדערט עלף) סקאלער וואס זענען ניצול געווארן על פינס און געבליבן לעבן. די דאזיקע ידיעה איז געווען א שרעקלעכע, עס האט אונז שטארק דערשיטערט. צו די אין ביטאם, וואס האבן דאס פארלאנגט, האבן מיר געשיקט שפייז און קליידער פעקלעך.

passage_37d7b6c9cc404082ea262051
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1128-2009

באלד האט מען אונז געלאזט וויסן, אז כמעט אלע סקאלער האבן שוין פארלאזט פוילן. טייל זענען געפערן קיין עסטרייך. אנדערע קיץ איטאליע אץ איינציקע קיץ ארץ ישראל. מיט א טייל פץ זיי האבן מיר אנגעהאלטן פארבינדונגען. אינגיכן האבן אנגעהויבן קומען די ערשטע פליטים אויך קיץ אמעריקע. דער סקאלער הילפס־פאריין האט באשלאסן צו געבן יעדן סקאלער פליט הונדערט דאלאר אלס הילפס־אנהייב. עטליכע האבן אנגענומען, אבער דער רוב פון די אנגעקומענע סקאלער נייע אימיגראנטן ־די פליטים ־ האבן זיך אפגעזאגט צו נעמען די 00 ודאלאר. די מייסטע נייע סקאלער האבן זיך אנגעשלאסן אין פאריין און זיי באטייליקן זיך אין אלע טעטיקייטן. אזויווי, צו אונזער צער, סקאלע איז שוין מער נישט א ־איז אונזער טעטיקייט קאנצענטרירט געווארן לטובת מדינת ישראל. מיר האבן פאר׳ן יידישן אפיל (יונייטעד דזשואיש אפיל) אין 947 ו,

passage_98ebb70fd3c2c38a792678d9
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2011-2805

דורכגעפירט אן אקציע און געגעבן 5,500 (פינף טויזנט פינף הונדערט) דאלאר. מיר האבן אויך געגעבן צוויי מאל צו 25 הונדערט דאלאר צו בויען היימען פאר נייע עולים אין ישראל. יעדעס יאר גיבן מיר א ביישטייערונג צום "אפיל" לויט אונזערע מעגלעכקייטן. אין 1958 האבן מיר בייגעשטייערט צוויי טויזנט דאלאר צום הסתדרות־קאמפיין צו בויען א קליניק אין נתניה אויפ׳ן נאמען פון סקאלע. מיר זענען אויך מיטגלידער מיט א יערלעכער ביישטייערונג צו דער הסתדרות . אין 1961 האבן מיר אנגעהויבן די אקציע פאר׳ן יזכור־בוך און דער אפדוף איז א גאר גוטער, באזונדערס פץ די ניי־געקומענע סקאלער . דער היגער רעדאקציע־קאמיטעט באשטייט פון מאקס מערמעלש ־ טיץ(שלמה וויידענפעלד׳ס זץ), חיים ברעטלער, מוני פליט און דעם שרייבער פץ די שורות . 261

passage_ff3888bf0e354194292dfb03