בן־ציון פידערער סקאלה ביים טייך זברוטש !א ס שטעטל סקאלע, דרום־מזרח גאליציע (היינט־צו־טאג סאוועטישע אוקראינע) ליגט ביים טייך, זברוטש, וואס איז ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה געווען די גרעניץ צווישצ צוויי אימפעריעס: עסטרייך־אונגארן און צאריש־רוסלאנד. בידץ אויסברוך פון צווייטן וועלט־קריג און דער שואה (דער נאצי־ אקופאציע און קאטאסטראפע) האבץ איך סקאלע געלעבט בערך צוויי טויזנט יידישע נפשות און אדום אזא צאל אוקראינער און פאליאקן. די גרינדונג פון סקאלע; איר ערשטער יידישער ישוב סקאלע (דער טייטש: "א פעלז") שטייט טאקע אויף א פעלז ארומגערינגלט פון טאלן און פלאך־ערד באזעצט מיט דערפער, פויערישע און פריצישע ווירטשאפטץ, גיטער און פאסעסיעס, און איז ארומגענומען פון וועלדער און פלאכלאנד. עס איז אנצונעמעץ, לויט היסטארישע קוואלן, אז סקאלע איז געגרינדעט געווארן, ווי אץ הויכע שוץ־פעסטונג דורך א רוטעניש־אוקראינישן באיאר (א פירשט) נאך אין דרייצנטן יארהונדערט. אבער נאך אין דעם זעלבן יארהונדערט האבן די טאטערן חרוב געמאכט די דאזיקע באפעסטיגונג.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1076
passage_fae936a7da87e3279a22db53
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1078-1602
עטלעכע צענדליק יאר שפעטער האט דער פוילישער קעניג קאזימיעזש דער גרויסער דערארבערט יענע געגנט (גאנץ פאדאליע) און צוריק אויפגעשטעלט די סקאלה־פעסטונג אויפ׳ן פעלז. א סברא, אז שוין דעמאלט, בימי המלך קאזימיעזש דעם גרויסן, האבן אין סקאלה זיך באזעצט די ערשטע יידישע הפנים איינוואנדערער פון צפונ־מערב, דהיינו שלעזישע און דייטשע פראווינצן. יארץ־לאנג זענען אין גאנץ פאדאליע־סקאלה אריינגערעכנט־ אנגעגאנגע כסדרדיקע מלחמות; איבערפאלן פון טאטארן, ליטווינער, וואלאכן 26
passage_fd79b59ab589df38121efc6e