Original scan
Original memorial-book scan 47
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1203

(רומענער), טערקן און די קאזאקן פון רוצח באהדאן כמעלניצקי. זעלטן אז עס איז אדורך א רוהיקער יאר־צענדליק. מיט וואס האבן זיך פארנומען די ערשטע יידן, וואס האבן זיך באזעצט אין סקאלע? מיט האלטן ארענדעס (דאדפישע שענקען) מיט מסחר־ ברענגען און שיקן סחורות קיין טערקיי און צו די אוקראינישע ראיאנען, מיט קליין־קרעמעריי און מיט מלאכה. אין דער תקופה פון אלט־פוילישן קעניגרייך האבן יידן געהאט באקומען פאר הויכער אפצאלונג און קאס־שטייער געוויסע "פריוויליגיעס" (קיומים), לויט וועלכע זיי האבן געקענט אנגיין מיט זייערע פרנסות, מיט זייער קהילה־לעבן, מער־ווייניקער "אומגעשטערט". גיכער ווייניקער און מער־ווייל מיטן טויש פון די מלכים פלעג זיך אפט בייטן דער מצב און די "שטימונגען". דער פוילישער־קאטוילישער קלע"ר (די נלחים) האבן אפט געפרעדיקט שנאת ישראל און ס׳האבן נישט אויסגעפעלט קיין איבערפאלן אויף קהילות מצד דעם אויפגערייצטן המון. פארשטייט זיך, אז אין פארשידענע פעריאקן האט אויך דער יידישער ישוב אין סקאלע געליטן פון די דאזיקע מאוימדיקע דערשיינונגען. פונדעסטוועגן האבן יידן זיך געפרוכפערטן און געמערט אין פוילן־אזוי אויך אין פאדאליע, אין סקאלע ביים טייך זברוטש.

passage_95133971c7246488abf8141f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1205-2424

א גרויסע ענדערונג ־ פאליטיש, און עקאנאמיש ־ איז פארגעקומען אין יאר 1772, ווען די פוילישע מלוכה איז צעטיילט געווארן צווישן רוסלאנד, פרייסן און עסטרייך. גאליציע (מיט פאדאליע) איז ארונטערגעפאלן אונטער עסטרייך. אין 809 ו האט נאפאלעאן באנאפארטע איבערגעגעבן די געגנטן פון פאדאליע (מיט סקאלע) צו רוסלאנד. אבער בעת׳ן קאנגרעס פון וד ן אין 1812, נאך נאפאלעאנ ס מפלה, זענען יענע געגנטן צוריקגעגעבן געווארן צו עסטרייך. אין די ערשטע עטליכע צענדליק יאר פון עסטרייכ׳ס געוועלטיגונג איבער גאליציע האבן די יידן געהאט אויסצושטיין כלערליי באגרעניצונגען, שיקאנעס, און האבן געליטן פון שווערע שטייערן־לאסטן. בעיקר אזוי בימי דער "פרומער" קייסערין מאריא טערעסא. די מערכה פון די יידן אין גאליציע און אין גאנץ עסטרייך, האט זיך אבער קענטיק געענדערט צום גוטן ערשט נאך 1848, נאך די רעוואלוציאנערער שטורעמס און אויפרודערונגען ווען יידן האבן זוכה געווען צו באקומען בירגער רעכט און אזוי איז געקומען אן אויפשטייג אויף א ריי געביטן; עקאנאמיש, פאליטיש, סאציאל־געזעלשאפטלז, בפרט אין קהילה־לעבן, וואס איז געווען אויטאנאם. סקאלע אונטער עסטרייך אונטער דער ממשלה פון דער עסטרייכיש־אונגארישער מאנארכיע,

passage_dbe3e70ef4f78b0502d02a19
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2426-2673

אין די זעכציקער יארן פון 19טן יארהונדערט ־ באזונדערס נאכ׳ן עסטרייכיש־ פרייסישן קריג ־ איז געקומען א תקופה פון פארהעלטניסמעסיקער רו און אפילו פון שפע! אויפ אזוי ווייט אז מיט דער צייט האט סקאלע שוין געהאט עטליכע 27

passage_937583e2229bef1aa407c055