גרויסע גבירים אין אפילוא פאר באזיצער פון לאנד־גיטער. מיר הייבן אן דווקא מיט זיי, נישט דערפאר וואס "רבי מכבד עשירים", נאר מחמת דער דאזיקער פאקט באווייזט, אז די קאנסטיטוציע פון עסטרייך־אונגארן האט געפירט צו קענטיקע שינויים לטובה, אויך וואס שייך יידן. א משך פון לאנגע דורות איז נאך פאר יידן געווען פארבאט צו באזיצן נכסים ווי לאנד־אייגנטום, פעלדער, וועלדער, און אט מיטאמאל אזא ענדערונג: יידן מעגן שוין זיין גוט־באזיצערס, ממש ווי די קריסטלעכע פריצים־אריסטאקראטן. איינער אזא מטופל מיט נכסים איז געווען ר׳ יהושע(ר׳ שיקע) דרימער, א למדן מופלג, א קאסאווער חסיד(שפעטער:וויזשניצ־ ער). זיין ברודער הרה״ג ר׳ שלמה דרימער איז געווען דער שטאט רב. ר׳ שיקע איז געווען א סארט פריוואטער באנקיר: ער האט פארמאגט היפש מזומנים און פלעג בארגן צו פריצים און סוחרים אויף עיסקא. דערצו איז ער געווען א גרויסער מאנופאקטור סוחר און דער אייגנטימער פון גוט באסירי נישט ווייט פון סקאלע. דער צווייטער איז געווען ר׳ אלעזר זיידמאן־ א טשארטקאווער חסיד - - וואס האט אויך פארמאגט מזומנים, א גרויס מאנופאקטור־געשעפט און דאס גוט קריווטש, נישט ווייט פון סקאלע איז געווען זיין אייגנטום.
זיין יורש פון קרייווטשאון פון מאנופאַקטור־געשעפט איז געווארן זיין איידעם, ר׳ שמריה מעלצער, אויך א הייסער טשארטקאווער חסיד. מיט דער צייט איז ר׳ שמריה מעלצער אריין אין שטאט־פאליטיק און איז אין יאר 900 ו געווארן דער ראש הקהל (פארזיצער פון דער קולטוס־געמיינדע). סוחרים און קרעמער סקאלה איז געווען א האנדלס שטאט און אפילו אן אינדוסטריעלע שטאט. די סקאלער יידן זענען געווען רירעוודיקע און האבן געהאט אונטערנעמונגס־גייסט. עס האבן זיך געפונען אין סקאלה פאבריקען פון עטערישע איילן. די האט מען פראדוצירט בעיקר פון עניס און אביסל פון קימעל. די איילן און אויך די קערנער האט מען עקספארטירט קיין אויסלאנד, וואו מען האט זיי פארוואנדלט אין געלויטערטן ספיריטוס, פארפיום און טואלעטן זייף. רעם עניס און רעם קימעל האט מען געבראכט פון בעסאראביע מיט גוישע פורלעך קיץ סקאלה, ווייל קיין אנדערע קאמוניקאציע מיטלן זענען דעמאלט נישט געווען. די פאבריקאנטן זענען געווען: ו) ר׳ שמריה מעלצער מיט זיין זון ר׳ משה־דוד בשותפות מיט ר׳ הירשל אויערבאך און זיין שוואגער עזריאל גאלדשיין. 2) ר׳ ישראל ברימער. 5) ר׳ נטע דרימער, דער שפעטערדיקער סקאלער רב. 4) ד הירשל אשכנזי. 5) ר׳ וועלווול בוקסבוים בשותפות מיט זיינע קינדער משה און איצי בוקסבוים. 6) יצחק שווארצבאך, וועלכער איז שפעטע ר אוועקגעפארן קיץ אמעריקע.
פון די אייל־פאבריק ן פלעגט מען מיט רע ם איבערגעקאכט ן עניס פע ט מאכ ן בהמות, פון וועלכ ע מ׳פלעג ט אוי ך פארקויפ ן מילך אי ן שטא ט לאחדים. דע ר סקאלע ר גרא ף גאלוכאווסק י הא ט אויסגעבוי ט אי ן סקאל ע א ביר־ברויערי י ווא ס ד י שוואגער ס ־אהרו ן ברימע ר או ן דו ד וויידבער ג האב ן געדונגע ן או ן נא ך עטלעכ ע יאר, נא ך רע ם וו י ד י ביר־ברויערי י אי ז פארברענ ט געווארן, 28