אוועקגעגאנגן פון דעם געשעפט. דעם גראף׳ס גרעסערע וואסער־מיל האבן געהאלטן אין פאכט ר׳ מענדל קאהן און ר׳ וואלף איציק פרייפעלדער (דער איינציקער יידישער וויצע־ בירגער־מייסטער אין סקאַלע פאר דער ערשטער וועלט מלחמה). נאך זי האט די מיל געהאלטן ר׳ הירש קארמין. דער גראף האט אויך געהאט א קליינע מיל וואס איז געהאלטן געווארן אין פאכט פון ר׳ משה שטאק. אין סקאַלע זענען אויך געווען גרויסע קרעלן־סוחרים ווי ר׳ יונה וועלוווול שרענצל און זיין זון ר׳ שיקעלע שרענצל. זיי זענען געווען גרויסע תלמידי חכמים און הייסע טשארטקאווער חסידים. ר׳ יונה וועלוווול פלעגט אליין פארן קיין איטאליע־אנגעטאן אין דער שווארצער קאפאטע און חסידישן, סאמעטענעם קאפעליוש־איינצוקויפן די קרעלן, וואס פלעגן דערנאך אריבערגעשמוגלט ווערן קיץ רוסלאנד. ר׳ אברהמ׳צעלע שענבערג מיט זיין שוואגער משה־איציע בוקסבאום האבן געהאט א ספיריטוס־ראפינעריע און געליפערט ליקערן אין דער גאנצער געגנט. עס האט זיך אויך אנטוויקלט אין סקאַלע אן אייער־עקספארט. דער ערשטער אייער־עקספארטער איז געווען ר׳ קלמן בילגאריי. דערנאך איז צוגעקומען בעריש פעפער פץ הוסיאטין און האט אויך געמאכט אן אייער־ עקספארט געשעפט.
אין אנהויב פון צוואנציקסטן יארהונדערט האט זיך אנגעהויבן צו אנטוויקלען אן עקספארט פון הילזנפרוכטן, קליי־זאמען און מעל־זאמען אין סקאלע. בעיקר זענען די זאמען געקומען פון רוסלאנד, וואס איז געווען זייזנר רי 7 אין פאסאלעס, ארבעס, קאניטשינע און סימניע (זאמען). די סחורות האט מען עקספארטירט כמעט אין אלע אייראפעישע לענדער ווי דייטשלאנד, איטאליע, שווייץ, פראנקרייך, ענגלאנד און שפאניע. דער סקאלער עקספארט פון די סחורות האט געגרייכט ביז אמעריקע און אפילו ביז קובא און פארטא־ריקא. די סקאלער עקספארטערן זענען געווען די איינציקע אין מזרח־גאליציע, וועלכע האבן דעם האנדל פון די דערמאנטע ארטיקלען אויסגעברייטערט ביז אמעריקע און קובא. די הויפט־עקספארטערן זענען געווען: ישראל זיידמאן מיט זיינע שותפים יוסף וויינטרויב, זיין איידעם אליעזר שענבערג און אפרים קלינגער; שלום הערמעלע בשותפות מיט בן ציון פידערער. אלע דערמאנטע פאבריקאנטן, פראדוצענטן, אימפארטערן און עקספארטערן, זענען געווען חסידישע אידן מיט לאנגע שווארצע קאפאטע ס און סאמעטענע קאפעליושן, שבת אטלעסענע בעקעשעס, שטריימלעך און ראזיוואולקעס (זיידענע איבערציערס אן קנעפ.) וועלוו ל וואסערמאן און זיין ברודער חיים האבן אויך געהאנדלט גרויס מיט תבואות, אבער נאר אינלאנד.
עס האב ן זיך געפונען אין סקאלה אויך אנגעזעענע טעקסטיל־ געשעפטן, ווי דאס גרויסע מאנופאקטור־געשעפט פון ר׳ אלעזר זיידמאן. נאך זיין פטירה איז עס אריבערגעגאנגען צו זיין איידעם ר׳ שמריהו מעלצער. דאן איז געווען א גרויס מאנופאקטור־געעזעפט פץ ר׳ משה לייב דרימער, וואס איז איבערגעגאנגען נאך זיין פטירה צו זיינע צוויי איידעמס, חיים ישראל ערענבערג 29