Original scan
Original memorial-book scan 51
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1190

זייער מסחר ניש ט געהאט, פלעגט יעדער סוחר לייענען ביי א חלפן רוסישע רובלס. חלפנים האבן געקויפט און פארקויפט רובל. פלעגן די קליינע סוחרים יעק זונטיק נעמען רובל וויפל ייערער האט געדארפט און איבער דער וואך האנדלען אין רוסלאנד און פרייטיק פלעגן זיי ברענגען די סחורה קיין סקאלה צום צאלאמט און באצאלן, די סחורה פארקויפן און אפצאלן דעם חלפן פאר די רובלס וואס זיי האבן זונטיק גענומען. א טייל פון די סוחרים פלעגן ברענגען קלייען וואס איז געווען צאלפריי, און פלעגן די קלייען פארקויפן צו די גוט־אייגנטימער אדער גוט־ פאכטער וואס פלעגן פעט־מאכן בהמות. מאנכע סוחרים פלעגן ברענגען גענדז און פארקויפן. ארטיקע תבואה־סוחרים זענען געווען איציקל גערטלער, בערל ביטערמאן, איצי געלבארד, זלמן הערשער (רייניס) נתן הערשער, דוד אלי וויידנפעלד, ברוך פריש (יונה אברהמ׳ס) משה אפרים מענטשעל, יעקב בער טראסאוואוצקי, זיידע וויינגאסט מיט זיין זון מאטיס, יונה שור, מיכל יעגנדארף, פישל געמיינערמאן און אנדערע. זיי האבן איינגעקויפט די תבואות ביי די פויערים, וואס האבן דאס געבראכט אין שטאט אריין; א קליינער טייל פלעגט גיין אין דארף אריץ דארטן אויפצוקויפן די פראדוקטן.

passage_686b2ee53cb7a0f6863d50a2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1192-2489

פישל געמיינערמאן איז געווען א רוסישער און זייער א קלוגער. ער פלעגט האנדלען מיט׳ן פוילישן גלח, וועלכער איז געווען א פארביסענער אנטיסעמיט און האט נישט געקענט קוקן אויף א יידן. טראץ דעם האט ער נישט געוואלט פארקויפן זיין תבואה דעם "קולקא ראלניטשע" (א פוילישער קאאפעראטיוו) ווייל זי האבן אים נישט געוואלט צאלן, פלעגט ער פארקויפן זיין תבואה פישל געמיינערמאנען. סוחרים פון פארטיקע מלבושים אין סקאלע זענען געווען: עובדי ה שווארצבאך מיטיינע צוויי זין הערשעלע און יענקעלע, אברהם יעגנדארף מיט זיין זץ שמחה און שפעטע רזיין איידים יצחק (מיצי) פוס, שמואל לייב ווייסמאן, און שפעטע רזיין איידים שמואל העשעלעס, הערשל אויערבאך מיט זיין זץ יעק ל און איידים ישראל אפפעלבוים, בעריש פלאט, מאיר שאטנער אץ יוסף בלוטשטיין (רייכלס). די פארטיקע מלבושים פלעגן מערסטנס פארקויפט ווערן אויף ירידים אין שכנותדיקע שטעטלעך, מאנטיק אין בארשטשעוו, דינסטיק אין מילניצע, אדער פראבוזשנע, מיטוואך אין אזיעראן, אחוץ דעם שטאטישן יאריד אין סקאלע, און דאנערשטיק אין קאראליווקע. מיכל גאטעספעלד (טקאטש) מיט זיין ברודער שמואל גאטעספעלד(פאטער פץ באוואוסק אמעריקאניש־יידישן שריפטשטעלער אץ דראמאטורג חנא גאטעספעלד) פלעגן האנהיק מיט געוואנט אץ פארקויפן די סחורה ארך יארידים.

passage_2dab6793bf403376d4ee8513
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2491-2867

לעדער געשעפטן האבן געהאט: יוסף יאגיט, משה דוד שווארצבאך מיט זיינע זין מרדכי און וועלוול, דוד זאמר מיט זיין זון אלטער, שמעץ שטערנשיין(נתנ׳ס) מיט זיין זן נתן, בנימין גאטעסמאן, דוד פיש, איציק לייב וואלאך, זכריה וויזענטאל מיט זיין איידים אביש שטערן, און משה ודינפעלד. גאלאנטעריע־געשעפטן(צעלניק) האבן געהאט, פאר דער ערשטער ו3

passage_16c71f2cc16e878b8fc38257