וועלט־מלחמה, די ברידער פרענקל, אברהם און פייודש, די ברידער מענדל און חיים פייערשטיין, און נאך דער מלחמה: דסיע פיינזילבער בשותפות מיט זיין שוואגער מאטל גאלדשיין: חיים ראפאפארט, ישראל לייב • פדייפעלחרר, לייב גאטליב און אנדערע. שפייז־קראמעץ (שפיצעריי) האבן געהאט, ביז צו דער ערשטער וועלט־מלחמה, סענדער טאבאק, שלום ליבערגאל, און יוסף ווידמאן. נאך דער מלחמה: ירחמיאל קאסירער, שלמה וויינרויב (אלטער׳ס), מענדל שניצער, ישראל פעקער, מאיר קרייטנער, חיים יעגנדארף, שאול באסיק, מרים־ביילע קאסירער, חיים לייבאוויטש, יצחק מאן, עוזיאל שטאק, מאקס שטערנבערג, מנחם פרעש ל און אנדערע. אכסניהם, שענקען, קאנדיטארייען. אויפֿ וויפל עס געדענקט זיך האט סקאלע געהאט די פאלגנדע אכסניות (גאסטהייזער): טויבע מירל שווארצ־ באך, מאליע ווייזינגער, דבורה לייבאוויטש און רייזיע פידערער. שענקען האבן געהאט: משה יעגנדארף, ישראל קאסירער, נתנאל(סאניע) קעלמאן, די ברידער גאלדהירש, און אנדערע.
קאנדיטארייען (צוקערניעם) האבן געהאט: איציע זאנדבערג, נחום עלקעס, מענדל קעלמאן און אברהם זאנדבערג (איצט אין ארגענטינע). די קאנדיטאריי פון איציע זאנדבערג איז אויך געווען א מין יוגנט־קלוב. דארטן פלעג זיך צונויפקומען יונגווארג עסן "ליאדי" (אייזקרים), טארטן, קרעם־אויפשניטן און אנדערע נאשווארג, און דערביי פירן היציקע דיסקוסיעס וועגן פאליטיק, קולטור־פראגן, און באהאנדלען די פראבלעמען פון ארץ ישראל. פון די צוקערניעס פלעגן אידן זיך באזארגן מיט סיפאנען סאדע־וואסער, בעיקער לכבוד שבת נאכ׳ן קוגל. בעלי מלאכה שניידערס: משה מייזלמאן (ישראל זעליג׳ס) איז געווען דער בעסטער דאמען־שניידער, נישט בלויז אין סקאלה נאר אויך אין דער גאנצער געגנט. אנדערע דאמען־שניידערס זענען געווען: דניאל שיסлер (עמיגרירט מיט זיין משפחה קיין ארגענטינע). שלמה שינדלער, אסתר שאטנער, סאסיע הערשער, און אנדערע. יעקב יאסיע וויינרויב איז געווען א ן אויסגערופענער מענער ־
שניידער. אנדער ע מענער־שניידער ס זענען געווען: יוסף שניידער (חיים בער׳ס) שמואל(חאסיעס) שניידער מיט זיין איידים יעקב צייכנער, אברהם ודינרויב, שיקע קליינמאן, משה וויינרויב, זיידע און אברהם שיצער, יצחק קרעסל (רעם נאכשטעלער׳ס איידים), יעקב רופא, מאטל וויינרויב, מענדל באסיק, אברהם פליישמאן, מרדכי לייב קירשנער (טשאקאלאדע), משה גאטעספעלד, חיים שווארצבאך, שמואל שווארצבאך, מענדל שניידער און אנדערע. שוסטערם: אברהם שיצער, טודרוס שיצער, ראובן שוסטער, אברהם באסיק, מרדכי באסיק, יהושע הערש באסיק. 32