Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 53
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1254

בלעכערם: יוסף הערצאג, איציק זאנדבערג (דער איוואנקאווער), יואל עפשטיין, שלום עפשטיין, ראובן זאנדבערג, און אנדערע. סטאליערס: אברהם ראבינאוויטש, נחמן רעליס, יוסף ראצעס(משה יונה׳ס) איציק ווייטמאן, ישעיה בלוטשטיין, און אנדערע. שלאסערס: מרדכי קרעמעניצער, אברהם קיסילעווסקי, (אליהו קירזשנער ס איידים), יעקב שווארצבאך (שלום׳ס). גלעזערס: שמשון גאטעספעלד, עזריאל גאטעספעלד, שמעון שניידער, פייבל גאטעספעלד. בעקערס: משה מאזנער און זיין זון לייביש, יידל ברענער, איציקל העכטנטאל, (בערעזשאנקער) און זיין זון וועלוועל, אלי הערשער, הערש שווארצבאך (ישראל שמעונ׳ס) חיים לינדמאן, זיידע זילבערבוש. כליזמרים: יצחק יעקב קליינמאן מיט זיין זון יונה, און אנדערע אין זיין קאפעליע. דער חסידישער וויצע־ביירגערמייסטער אין סקאלה איז געווען א געמישטע באפעלקערונג. ווי שוין געזאגט האבן אין שטאט געלעבט קרוב צו צוויי טויזנט יידישע נפשות און בערך אזא צאל אוקראינער און פאליאקן. צווישן די נאציאנאליטעטן האט געהערשט א לאנגער "בורג־פרידן". ס׳איז געווען אין די אינטערעסן פון דער רעגירונג אין ווין, אז עס זאל הערשן שלום און רו, לטובת דער אינערלעכער פאליטיק און דער ווירטשאפט פון לאנד. אזוי ביז צום אויסברוך פון ערשטן וועלט־קריג.

passage_2cac8e097117059a1130b953
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1256-1741

וולף־איציק פרייפלדער, סגן ראש־ העיר בתקופה שלפני מלחמת העולם הראשונה. > 11211 //סס׳־זז 1 ) 01 ) 81 / 0 ' 01 <{ 1 €£- 1710 / \ 1 ■! ¥0 [ 1 > 1 ז 0 ^ \ 10 ■/ס^-ן ק אזוי לאנג ווי עסטרייך האט נאך עקזיסטירט, האבן די יידן כמעט נישט געפילט קיין אנטיסעמיטיזם און זיי האבן גוט געלעבט מיט דער קריסטלעכער באפעלקערונג. אץ דער שטאט־פארוואלטונג פלעגן זיי זיין פארטראטן אלע דריי נאציאנאליטעטן. עס פלעגט תמיד זיין אן אוקראינישער בירגערמייסטער אץ א 33

passage_307f6b7d92199a896d67daa9