דרימער; א טייל האבן אויך געדאוונט אין דער אטיניען קלדז. אין די מיטעלע דרייסיקער יארן איז געשאפן געווארן נאך איין ודזשניצער מנץ אץ הויז פון ר׳ וועלוו ל שטאק. אחוץ דעם האבן יי קמכל המינים געדאוונט אץ שטאטישן בית המדרש, אין איציקס קלייזל, און אץ דער "פארט ארטור" שול. די גרויסע שטאטישע שול, וואס האט געשטאמט נאך פץ 6 וט ן יארהונדערט איז אפגעברענט געווארן אין יאר 1911. אויף אירע חורבות האט מען אנגעהויבן בויען א נייעם בנין, וואט איו, אבער, קיינמאל נישט פארענדיקט געווארן. עם זענען אויפגעשטעלט געווארן מאסיווע שטיינערנע ווענט, מיט הויכע האלב־רונדע, פענסטער. דער בנין איז געבליבן א נישט־פארענדיקטער. אינעווייניק, צווישן די ריקע ווענט, האט מען בלויז אויפגעשטעלט א קליין "שולעכל", אין וועלכן ס׳האבן געדאוונט פשוטע יידן.
א זעם זענען געווען בתי תפילה, וענען אויך געווען שמשים. אט איז דאס צעטל: חנינא שמש (אויף דער עלטער איז ער געווען א נאמן ביי ר׳ זיידע שווארצבאך ביי זיינע מסתרי פון בוי־שטיינער). אברהם אלי שמש פון דער שול, אהרן שמש פון בית־מדרש, בערל שמש פון דער סטריסעווער קלויז, לייזער שמש אץ זיין זון שלמה פרץ פון דער טשארטקאווער קלויז, יוסל שמש פון דער וויזשניצער קלויז, אץ אורי שמש פון דער אטיניער קלויז. אץ סקאלע זענען די שמשים אויך געווען סערווירערס (קעלנערס) אויף אלע שמחות ביי יידן: חנינא שמש פלעגט הארעווען ביי א חתונה, ער האט געהאקט די פיש, דערנאך סערווירט. נאך דער סעודה פלעגט ער בעטן מ׳זאל אים געבן א ביסל סמעטענע צו עסן; ער האט געוואלט ווייזן, אז ער האט נישט טועם געווען פון דער פליישיקער סעודה. די שמשים זענען אויך געווען אין דער חברה קדישא. אז מ׳פלעגט פרעגן ביי אברהם אלי שמש, וואס איז דער חילוק פון א חתונה ביז א לויה, האט ער געענטפערט; בראנפן טרינקט מען ביי ביידע, נאר אויף א חתונה גיט מען צו פארבייסן לעקאח און ביי א בר־מינן גיט מען צו פארבייסן קעז.
אברהם אלי שמש פלעגט אויך ליב האבן צו "געבן א פלייצע" אין באד פרייטיק מיט א בעזימל, בשכר א "זעקסערל". דער בכבודיקסטער פון אלע שמשים איז געווען שלמה פרץ, א בלינדער אויף איין אויג מיט אן עקזעמע אויף ביידע הענט. ער איז געווען א יודע־ספר און א בעל מוח חריף מיט אן אייזערנעם זכרון; ער האט געדענקט די יארצייטן פון אלע יידן אין שטעטל, און דעם ארט פון אלע קברים. ער איז אויך געווען דער סערווירער אויף אלע שמחות, און דער ראש פון די קברנים. שמוגלערס("פעקלמאכערס") בעלי־עגלות און טרעגערס ווי א גרעניץ־שטאט האט סקאלע, פארשטייט זיך, אויך געהאט א צאל שמוגלערס("פעקלמאכערס", ווי מ׳האט זיי גערופן, אדער "פאטשקארעס"). דאס זענען געווען יידן־איינשטעלערס־שטארקע, געוואגטע, וואס האבן, לפנים, נישט מורא געהאט פאר סכנות. אוודאי זענען זיי געווען אן אומבאדייטנדע 35