Original scan
Original memorial-book scan 56
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1209

מינדערהייט צווישן די הארעפאשנע איזץ. אט די דאזיקע "פעקלמאכערס" פלעגן אריבערשמוגלע כאלערליי סחורות פון דער עסטרייכישער זייט גרעניץ קיין רוסלאנד און אויך סחורות צוריק. דאס שמוגלעריי האט אריינגעבראכט רווחים, ווייל עס זענען דאך נישט אפגעצאלט געווארן די גרעניץ־טאריפן(צאל־ טאקס) פאר די סחורות, וואס זענען אריבערגעשווארצט געווארן אהין און צוריק. אמאל פלעג צווישן די "פעקלמאכערס" אויסברעכן א סכסוך מחמת קאנקורענץ און אנדערע טענה־מענה׳ס־וואס פלעג דערפירן צו בלוטיקע געשלעגן, געריכטס־ פראצעסן און תפיסה. די "פעקלמאכערס" פלעגן, על פי רוב, זיך "פארבונדען" מיט די גרעניץ־וועבטערס פון ביידע זייטן(דורך געבן שוחד). אויב ס׳איז נישט געלונגען אונטערצוקויפן די גרעניץ־וועכטערס איז נישט איינמאל אויסגעקומען צו פירן מיט זיי א "שלאכט". די "פעקלמאכערס" פלעגן אויך אריבערשמוגלע פון רוסלאנד צו דער עסטרייכישער זייט גרופעס יידן, וואס זענען אנטלאפן פון "פאניען", פון צארן־לאנד און האבן זיך געלאזט אין וועג אדיין אין פארשידענע לענדער, בעיקר קיין אמעריקע. באזונדערס פלעגן זיך אריבערפעקלעכ קיין עסטרייך רוסיש־יידישע יונגעלייט, וואס האבן נישט געוואלט דינען אין דער צארישער ארמיי.

passage_e451c1a306ee6d1d87ae524c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1211-2553

ווי געזאגט, די "פעקלמאכערס" זענען געווען פארהארטעוועטע לייט. אז עס איז צווישן זיי אדסגעבראכן א סכסוך, איז גאר קיץ אפשטעל נישט געווען. ס׳איז אפילו געשען א מארד. דער דאזיקער פאל, דער משפ ט פון רוצח און דער תפיסה־אורטייל אויף לאנגע יארן, האט שטארק אויפגערודערט די קהילה און האט געהאט א שטארקן אפקלאנג אין דער גאנצער סביבה. סקאלע האט אויך געהאט א צאל בעלי־עגלות און "פיאקערניקעס". זיי פלעגן פירען פאסאזשיק צו אץ פון דער באן־סטאנציע אץ אויך צו די שכנותדיקע שטעט און דערפער. זיי, די בעלי־עגלות, אויך טרעגערס, זענען געווען פארביקע פאלקס־ געשטאלטן. די טרעגערס האבן, ע ל פ י רוב געארבעט אין די פארשידענע תבואה־ מאגאזינען, הורטאוונע סקלאדעס און געשלעפט שווערע משא׳ס אויף זייערע פלייצעס. זיי זענען געווען ספעציאליסטן אין זייער פאך, זיי פלעגן אויך ארבעטן ביי דער באן, ביים פארלאדן תבואות, וואס מ׳האט געבראכט פון רוסלאנד. איינער פון זיי האט געהייסן אברהם בינימעי. (דער צונאמען האט זיך גענומען פץ דער אוקראינישער שבועה "ביהמע "(כ׳שווער ביים אייבערשטן). ער פלעג ארומגיין אין ברייטע הויזן. אז מ׳האט אים געפרעגט צו וואס ער דארף אזעלכע ברייטע הזיזן? פלעג ער ענטפערן: "ברייטע הויזן זענען געזונטע פאר די פיס און געזונטע פאר די הויזן״ אנדערע טרעגערס זענען געווען שלום טרעגער

passage_d93ecd0ab04d64c4d2f60cbf
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2555-2853

(באסיק) משה לעווענקראן (דער נדן) שיקעלע טרעגער (גערבער), בנציון שוסטערמאן (דער גאדיעכעס), יאסל גאטעספעלד (שמעיה׳ס) יאסל שניידער (דעם קדמענקערערס), בערל קראנשטיין (כדרלעמר) בערל מאלמוט (מישקע לאה׳ס), אהרן הערשער (באסיעס), מאקס קליינמאן, בנציץ קליינמאן און אנדערע. 36

passage_cf74864447a8676b20dfc17b