Original scan
Original memorial-book scan 57
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1167

דע ר פאליציאנט מיט בארד און פאות ביי אונדז אין סקאלה האט פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה "רעגירט" א לאנגע צייט אץ דער געמיינדע א יידישער פאליציאנט. משה יונה האט ער געהייסן. ער איז געווען א פרומער, ער פלעגט טראגן א לאנגע בארד מיט פיאות; ער פלעגט יעדן שבת אין דער פרי גיץ אין מקווה אריץ און זיך צעלאזן די גאנצע בארד מיט די פיאות, ווייל א גאנצע וואך איז ער געגאנגען מיט אן אונטערגעבונדענער בארד, און פארבויגענע פיאות, פארשפיליעט מיט הארנאדלען, אץ שבת פלעגט ער גיץ מיט א לאנגן שווארצן קאפאטע, דאווענען אין שול אריין. אין דער וואכן פלעגט ער גיין אין אן אלטן אפגעטראגענעם מונדיר פון א זשאנדארם און אויך אין אן אלטן זשאנדארמסקע היטל. ער פלעגט געוויינלעך גיץ מיט א שטעקן. אז א זשאנדארם האט געדארפט גיץ מאכן א רעוויזיע, פלעגט משה יונה מיטגיין; אזוי אויך, אז מ׳האט עמעצן געדארפט פארהאלטן, איז ער מיטגעגאנגען מיטן זשאנדארם. ער פלעגט גיין רופן, אז מ׳האט עמעצן געדארפט, אין דער געמיינדע אריץ. ער פלעגט אויך צעטראגן אדפפאדערונגען פון דער באצירקס־הויפטמאנשאפט. צו זיינע דינסטלעכע פונקציעס פלעג משה יונה טראגן א שווערד,

passage_0edb4ab5ab93164c4455f21b
Passage 2normalized OCR · source chars 1169-2266

ווא ס הא ט געהא ט בלוי ז א הענטל . ד י אויפפאדערונגע ן פלע ג ע ר האלט ן אי ן דע ר אדבערשטע ר קעשענ ע פ ץ זיי ן זשאנדארמסק ע ראק . ע ר הא ט פארשטאנע ן וויאזו י אנצושרעק ן אביס ל ד י דעמאלטיק ע נאאיוו ע סקאלע ר ייק . מש ה יונ ה הא ט געקענ ט יע ק ייד ן אי ן שטעט ל או ן הא ט רא ם געהערי ק אויסגענוצט . א ז ע ר הא ט געטראפ ן א יי ד ניש ט קי ץ חכם , פלע ג ע ר זי ך א טא פ טא ן ביי ם קעשענקעל ע ווא ו ע ר פלע ג טראג ן ד י איינלאדונגען , הא ט דע ר יי ד פארעזטאנען , א ז מש ה יונ ה הא ט פא ר אי ם עפע ס א פאפיר ל מי ט א צרה . אי ז ע ר שו ץ צוגעגאנגע ן צ ו מש ה יונה ן א ץ געפרעג ט ווא ס אזוינ ס ע ר הא ט פא ר אים ; הא ט אי ם מש ה יונ ה געזאגט : "אברהמל , האס ט שוי ן עפע ס אפגעארבע ט א שטיקל" . דע ר איבערגעשראקענע ר הא ט מש ה יונה ן אריינגערוק ט א קרו ץ אי ן דע ר האנ ט ארי ץ או ן אי ז געווע ן זיכער , א ז מש ה יונ ה ווע ט שוי ן ד י זא ך גלא ט מאכן , כאט ש ע ר הא ט גארניש ט געזינדיקט . אזו י זענע ן נעבע ך געווע ן דעמאל ט ד י פשוט ע ייד ן אפגעשראק ן או ן תמי ד זענע ן זי י געווע ן א ץ פחד , טאמע ר האב ן זי י געטא ן עפע ס א ן עבירה . אוי ב דע ר זכר ץ פארפיר ט מי ך נישט , הא ט סקאל ע אי ן איי ן צייט ,

passage_6f4b15eeb2cb835c4c145b1b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2268-2849

פארמאגט נאך אן אנדערן יידישן פאליציאנט, וואס מ׳האט גערופן יידעלע קאפוסטע. ער האט געהאט בלויז א בערדל, א לאנג, צעשפאלטן שווערדל, און די ציצית האבן זיך געבאמבלט פון אונטערן אפגעבליאקעוועטן פאליצייראק מיט פארגרינטע־מעשענע קנעפ. דער לעצטער יידישער געמיינדע פאליציאנט אין סקאלה איז געווען אליהו מייזעלמאן(זיסעלס). ער האט פונקציאנירט ביז צום אויסברוך פון צווייטן וועלט קריג אין 939 ו. אז מ׳האלט שוץ ביי די דאזיקע טיפן, קען מען נישט אויסלאזן נאך איין "כאראקטער״־געשטאלט, וואס סקאלה האט געהאט, דהיינו דער "אל־ 37

passage_bcffb78216bd74526d7f5c09