Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 58
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-998

גאקענטער "ישעיהרמשה". דאס איז געווען א האלבער תם, א האלבער צעדרייטער, וואס איז אומעטום אויסגעוואקסן אין צייט: ביי חתונות, בריתן, לוויות. ישעיהו־ משה, א ברייטפלייציקער, א נידעריקער, מיט א קאלטענעוואטער בארד, פלעג זיך אויפהאלטן וואו ס׳איז אים אויסגעקומען אין באשטימטע טעג, אין מרחץ, אין פאליש פון שול, און אמאל, בעיקר זומער, אויפן בית עולם, אין טהרה שטיבל. ער איז צומייסטער געווען א שווייגער, אבער האט ער געעפנט דאס מויל, האט ער געקענט מאכן א פיינעם "מישברך" און א "יברכך". ער האט געזאמלט נדבות, עסנווארג אין זיין אייגענעם טעפל, און ערב שבת און יום טוב, שטיקלעך געפילטע פיש, חלה, ביי באלעבאסטע וואס האבן אים דערלאנגט זיין "פארציע" מחמת רחמנות אץ ארך מורא..ו ר משה יונה, האט נאך ישעיהו־משה געקענט אלעמען אץ שטאט, געוואוסט אלע נייעסן, רכילות און כלומרשטע סודות. אמאל פלעג ער ברומען, אמאל אונטערזינגען און שמייכלן די ערשטע וועלט מלחמה; רוסישע אקופאציע און דער גירוש

passage_59110e17281f8b8b11c62a62
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1000-2803

ס׳איז אויסגעבראכן דער ערשטער וועלט־קריג. פון דער מאביליזירונג אין אויגוסט 914ו ביז צום באזעצן סקאלע דורך די רוסן איז די שרעק געווען אויסערגעוויינלעך. מ׳האט זייער מורא געהאט פאר די רוסישע קאזאקן, און עס איז געווען פארוואס מורא צו האבן, ווייל די קאזאקן זענען באמת געווען זייער גרויסע מערדער. יעדער ייד האט געוואלט אנטלויפן. עס איז געווען א פאניק; די עסטרייכישע מאכט, די זשאנדארמעריע האבן נישט ארויסגעלאזט, און מיט גרויסע שוועריקייטן איז א קליינע צאל סקאלער יידן אנטלאפן. דאס רוב איז געבליבן אין סקאלע און נאך דעם ווי די עסטרייכישע ארמיי איז אריבער קיץ רוסלאנד און געגאנגען ביז דינאוויץ און געליטן א מפלה איז די ארמיי צוריקגעקומען נאך א קורצער צייט. דערנאך האבן די רוסן אן א שאס באזעצט סקאלע. א מזל איז געווען, אז סקאלע האט די קאזאקן נישט געזען, ווייל דאס רוסישע מיליטער איז נישט געגאנגען איבער סקאלע נאר איבער הוסיאטין און עס האט געדויערט מערערע וואכן ביז די רוסן האבן באזעצט סקאלע, און דאס איז געשען נישט דורך מיליטער, נאר דורך אדמיניסטראטיווע באאמטן. מ׳האט זיך פאוואליע צוגעוואוינט צו די רוסישע סאלדאטן און צו די רוסישע באאמטן און מ׳האט אזוי געלעבט ביז אין זומער 5ו9ו. דעמאלט האט מען די יידן פון סקאלע ארויסגעטריבן, גלייך ווי אלע יידן לענגויס דער אלטער גרענעץ. עס האט געהייסן, אז מ׳טרייבט אלע יידן קיץ רוסלאנד. קודם איז מען געגאנגען קיי ן טשארטקאו צו פוס און רוסישע קאזאקן זענען נאכגעפארן אויף פערד און געטריבן און געהיט, עס זאל חלילה א ייד נישט אנטלויפן. אין טשארטקאו האט מען אלע סקאלער יידן אריינגעטריבן אין הויף פון דעם טשארטקאווער רבץ אויף נאכטלעגער. גאנץ פרי האט מען די יידן ווייטער געטריבן קיי ן קאפיטשיניץ. א פאר טעג שפעטע ר איז

passage_356df5e0380f44288135c2af
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2804-2981

געקומען א באפעל קיץ קאפיטשיניץ, מען זאל די ייִדן צוריקלאזן אהיים. אכט טעג שפעטער, האט מען ווידער געגעבן א באפעל, אז די ייִדן מוזן אוועק פון סקאלע, זיי 38

passage_2ffa74b3fe924eab6a2231b0