Original scan
Original memorial-book scan 60
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-763

ע ם האט זיך געפירט א גרויםער האנדל מיט ציגארעטן־פאפירלעך: אין עסטרייך האט נישט אויסגעפעלט דער ארטיקל, עס זענען געווען פיינע קוואליטעט ן וואס מען האט אויפן ארט אויך פארקויפט, נאר עס פלעגן זיין שמאטע־פאפירלעך, וואס אין עסטרייך האט זי קיינער נישט געוואלט אנקוקן, זענען זי געליגן יארן לאנג ביי די קרעמערס א ץ זענען פאר דער צייט פארשימלט א ץ צונויפגעקלעפט געווארן. אין רוסלאנד איז תמיד געווען א מאנג ל אין ציגארעטן־פאפירלעך. אז עס האט זיך געעפנט די גרענעץ, האט מען צונ דפגעזוכט ציגארעטן־פאפירלעך פון אלע פינ ו ת העולם. א ץ אז די פאפירלעך זענען דורכגעגאנגע ן עטליכע הענט און יעדער האט גענומען א געודס ן פראצענט ריווח, האט מען די דאזיקע סחורה לסוף א ץ רוסלאנד ארויסגעווארפן.

passage_18fa43039ac0669e7e371e2d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 765-2162

עס זענען געווען ענלעכע פאלן מיט אנדערע סחורות. מ׳פלעגט למשל זוכן קליינע פיילן צו די שעטשקארניע־מעסערס. דאס איז געווען אין רוסלאנד גלייך מיט גאלד. פלעגט מען ארומפארן זוכן פיילן, נאד די קליינע פיילן זענען שוין נישט געווען, האט מען געקויפט שוסטער־פיילן און גרויסע פיילן אץ צום סוף זענען זיי געבליבן ליגן. דער עיקר, מ׳האט געדרייט פרנסה. דערנאך האט מען געפירט רוסישע סחורות צו די פראנטן. מ׳פלעגט פיק מעל, צוקער, זאלץ, שוועבעלעך, און טאבאק און אנדערע סחורות פון רוסלאנד קיץ גאליציע. שפעטער, אז דער פראנט האט זיך איבערגערוקט, און גאליציע איז באפרייט געווארן פון דער רוסישער אקופאציע, האט מען געבראכט פארעזיידענע קריגס־ סחורות פון עסטרייך ווי פאפיר־שלייקעס, פאפיר טעשלעך, פאפיר־בענדלעך און פארשיידענע בראשן־שפילקעס, פאטשערקעס, אץ נאך אזעלכע זאבן, אץ מען האט אנגעהויבן צו האנדלען מיט די סחורות קיץ רוסלאנד, וואס איז ביז אדעס געווען אקופירט פץ די עסטרייכער. די סחורות פלעגט מען אריבערפירן קיץ אדעס, און קיץ אומאן. עס פלעגן קומען יידן פון קיעוו, בערדיטשעוו און אסך אנדערע שטעט און שטעטלעך און אויסקויפן די סחורות און געבן פראצענטן ריווח. עס פלעגן קומען יידן און בעטן: איך האב טויזנט קערבלעך, פאקט מיר אן סחורה פאר 1,000 רובל. דאס איז שוין געווען ביים סוף פונעם קריג, ווען די יידן זענען צוריקגעקומען קיץ סקאלע.

passage_00150b8f324c49a361bde895
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2164-2794

רעגירונגען בייטן זיך : אוקראינע , באלשעוויקעס , פוילץ מיטן צוזאמענברוך פון דער עסטרייכיש־אונגארישער אימפעריע , האט אין מזרח־גאליציע זיך פארמירט אן אוקראיניעזע (מערב־אוקראינישע ) נאציאנאליסטישע , בלומרשט דעמאקראטישע מדינה...דאס איז געווען ביים סוף פון ערשטן וועלט־קריג אין 918 ו . פון אט דער אוקראינע האבן יידן גענוג געליטן ; אבער אזוי ווי יידן האבן געדארפט פרנסה און עס איז געווען א מאנגל אין נאפט אין רוסלאנד אץ אויך אין גאליציע , האבן יידן אנגעהויבן האנדלען מיט נאפט . מ׳האט געמאכט שותפות מיט גויים אוקראינער ווייל מ׳האט געדארפט פאק ברענגען דעם נאפט 40

passage_367c90831e4c054f5e3c5f8d