Original scan
Original memorial-book scan 61
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-354

פון באריסלאו און אדעפעטשענחשנע, און אזוי ווי אן דערלויבעניש פון דער אוקראינישער מאכט האט מען נישט געקענט ארויספארן, האט מען ארויסבאקומען א דערלויבעניש' אויף א גויישן נאמען צו ברענגען נאפט. אזא דערלויבעניש האט מען ארויסבאקומען פונעם אוקראינישן מיניסטעריום אין סטאניסלאוואוו. מ'האט געבראכט נאפט ציסטערנעסווייז.

passage_425e92a98f89ecd88472824d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 356-1369

וווימ׳הא טדורכגעפירטדעםנאפטביזסקאלעמיטדערבאןאיז שווערצודערציילן. דיבאן־סטאנציעסזענעןגעוועןהפקר, יעדע רבאמטער פון אסטאנציעהאטגעהאטאדעה, לאסט־צוגןהאבןנישטקורסירט, נאר פאסאזשירן־צוגן, אץ דיפאסאזשירן־צוגנענעןנישטגעגאנגעןנארמאל. אזמען, הא ט געדארפט צוטשעפען אציסטערנע צום פאסאזשירן־צוג, הא טמען באצאלט דעםבאן־שעף, הא ט ער געהייסן צוטשעפען דיציסטערנע צוםפאסאזשיר ןצוג און הא ט דעםצוג דורכגעלאזט. נו, הא ט דערצוג־פירער אוי ך געדארפט פרנסה, ער הא ט געטענה ט אז ע סאיז צושווער פאר דערמאשין, ער קען דיציסטערנע נישט מיטנעמען, הא ט מען אים אוי ך באצאלט. דערנאך הא ט מען געמוז ט אוי ף יערע ר באן־סטאנצי ע אריבערגיי ן היט ן מע ן זא ל ד י ציסטערנ ע ניש ט אפטשעפע ן או ן איבערלאז ן אוי ף דע ר סטאנציע , וויי ל ע ס פלעג ן פארקומע ן אזעלכ ע זאכן . דערנא ך הא ט מע ן געמוז ט פאר ן זוכ ן ד י ציסטערנע , נא ך א מא ל באצאל ן רע ם באן־שע ף או ן רע ם צוג־פירער , בי ז מ׳הא ט ווייטע ר מיטגענומע ן ד י ציסטערנע .

passage_62f5f17bed793bd6ee61b789
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1371-2666

אין סקאלה איז נאך דעמאלט די באן־סטאנציע נישט געווען פארריבט, האט מען די ציסטערנע געפירט נאר ביז טערעזין; קיץ טערעזין זענען געקומען רוסישע יידן מיט פעסער און זיי האבן צוגענומען דעם נאפט קיין רוסלאנד. ביים נאפט האט מען פארדינט א שיעור געלט; נאך דעם ווי דער נאפט־מסחר האט זיך געענדיקט, האבן די סוחרים געהאט אזוי פיל געלט, אז זיי האבן עס נישט געקענט איבערציילן. אבער די געלטער האבן צום סוף פארלארן זייער ווערט. א קליינעם טייל פון דעם געלט האט מען נאך געראטעוועט. נאך א קורצן קריגס־פארמעס צווישן דער ניי־אויפגעשטאנענער פוילישער מלוכה און דער מערב־אוקראינישער "רעפובליק", האבן פוילישע טרופן אינגאנצן פארנומען די געגנט. אץ אוקראינע האט אויפגעהערט צו עקזיסטירן. דער אריינמארש פון די פוילישע טרופן קיין גאליציע האט מיט זיך געבראכט א כוואליע מיט צרות אויף די יידן; פארפאלגונגען, איבערפאלן, א פאגראם אין לעמבערג, און אין אנדערע מקומות. מען האט געכאפט יידן צו שווערער אומריינער ארבעט, מען האט געשניטן יידישע בערד און פיאות, געווארפן יידן פון די לויפנדיקע באן־וואגאנען, און אנדערע נבזה׳דיקע רדיפות. די דאזיקע מעשים האבן אפגעטאן צומייסט די "האלערטשיקעס", סאלדאטן פון פאזנער (פאזנאן) געגנט, אונטער דער קאמאנדע פון גענעראל האלער.

passage_8af50c19ec5935bc04d3f6f7
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2668-2795

נאך פראטעסטן, אריינמישונגען פון אויסלאנד אז אויספארשונגס־ קאמיסיע ס האט זיך די לאגע אביסל איינגעשטילט. * * * 41

passage_c74da5514d2a64c93b128df2