און אנטאנייע מעשה: אין זומער פון 1920, בעת דער אפענסיווע פון לעאן טראצקי און טוכאטשעווסקי אויף פוילן און גאליציע, האט סקאלה פארזוכט דעם טעם פון אריינמארש פון די באלשעוויקעס. דאס זענען געווען אפגעריסענע־ אפגעשליסענע נישט־דיסציפלינירטקייטע כאפטעס. די באלשעוויקעס זענען געווען אין סקאלה בלויז זיבן וואכן. מען האט פון זיי שווער געליטן. זיי האבן כלומרשט "קאנפיסקירט" דאס הייסט גענומען וואס נאך ס'האט זיך געלאזט, וואס עס איז זיי געפאלן אין אויג און וואס עס איז זיי געקומען אונטער דער האנט. "רעוואלוציאנערן" קעמפער פאר א כלומרשט, נייער געזעלשטפטלעכער ארדענונג האבן זיי קודם כל גענומען, געשלעפט, מיט גוטן און מיט בייזן, אן א סדר, אפילו אן תירוצים, און אן רחמנות. נאך זיבן וואכן פון דער דאזיקער אקופאציע איז מען פון זיי פטור געווארן.
ווידער איז גאליציע־סקאלע בתוכה־געווארן א טייל פון דער פוילישער מלוכה. דער פוילישער איינגעווארצלטער אנטיסעמיטיזם האט געבושעוועט אפענערהייט און אמאל פארשטעלטערהייט, און ווידעראמאל פארקערט. נאד יידן מיען זיך פון תמיד־אן צוצופאסן צו א געשאפענער לאגע. וואס שייך סקאלע איז אויך די אייגענע מעשה: יידן האבן געפירט האנדל, קליין־ קרעמעריי און זיך פארנומען מיט מלאכה. א צאל יידן האבן זיך פארנומען מיט היימישע אויסארבעטונגען, פעלצן, געוואנטן, פעלן, שטיוו ל און מיט די סחורות געפארן אויף ירידים אין די ארומיקע שטעט. מען האט אויך געפירט די אויסארבעטונגען אויפ׳ן בארימטן לאשקעוויצער יריד. מחמת די שווערע שטייערן, וואס מלכות־פוילן האט ארויפגעלייגט אויף יידן, רעפרעסיעס, כלערליי אנטיסעמיטישע אויסנאמס־געועצן איז דער עקאנאמיש־פאליטישער מצב פון די יידן געווארן ערגער פון טאג צו טאג. אין סקאלע, למשל, (פונקט ווי אין אנדערע שטעט) איז די צאל ארעמעלייט צווישן עטלעכע געציילטע גרעסערע אדער קלענערע נגידים, כסדר געוואקסן. אנדערע האבן זיך געמוטשע ט מיט דער פרנסה.
די שטודירנדע יוגנט־מיט אנטי־יידישע אויסנאמסגעזעצן אויפן פוילישע אוניווערזיטעט־האט געהאט ווינציק אויסזיכטן אויפן בעסערן צוקונפט. מען האט געזוכט און זיך געמיט אויסצואוואנדערן: קיץ אמעריקע, צפון און דרום, און עס האט זיך אנגעהויבן ביסלעכווייַז אן עליה קיין ארץ ישראל. פונדעסטוועגן איז אץ סקאלע, ודאץ אנדערע מקומות, אנגעגאנגן א לעבהאפטיקע קולטור־באוועגונג, פאליטישע פארטייען, חסידישע צדדים־יידן האבן זיך נישט מייאש געווען, נאר אנגעהאלטן א מעמד און זייער כבוד, ווי ווייט עס האט זיך געלאזט אונטער די אומשטענדן. אנהייב פון ציוניזם אין סקאלע; דער זיידע ארעסטירט אן אייניקל... ביז׳ן אנהייב פון צוואנציקסטן יארהונדערט האט ציוניזם כמעט קיין דריסת רגל נישט געהאט אין סקאלה־א חסידיש־פרומע שטאט. און מיטאמאל האט אין סקאלה זיך באוויזן חג ערשטן ציוניסטישער רעדנער. 42