Original scan
Original memorial-book scan 63
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1175

אן אייניקל פון ר׳ וואלף איציק פרייפעלדער (דער וויצע־בירגערמייסטער פון שטאט) ישראל לייב פרייפעלדער, וואס איז דעמאלט שוין געווארן א באוואוסטזיניקער ציוניסט, האט זיך באשעפטיקט מיט דעם אראפגעקומענעם רעדנער און זיך באמיט אים צו העלפן. אין שטאט, צווישן די פרומע, איז געווארן א קאך, מ׳האט זיך געפלאייסט צו שטערן דעם רעדנער און נישט צו דערלאזן צו פארזאמלונגען. וואסזשע האבן די חסידים און קעגערס פון די ציוניסטן געטאן? דער רעדנער האט נישט געהאט קיין דערלויבעניש פון דער באצירק־הויפטמאנשאפט צו האלטן זיין רעדע, האט וואלף איציק פרייפעלדער געשיקט דעם געמיינדע־פאליציאנט משה יונה ראצעס, ער זאל ארעסטירן זיין אייניקל, ישראל לייב, אין דעם געמיינדע־ארעסט. מ׳האט אים געלאזט איבערנעכטיקן אין ארעסט ביז אין דער פרי, דערנאך האט מען אים ארויסגעלאזט. יהודי סקאלה חוגגים את יום הצהרת בלפור ב־1920. .1920 ח11ז1110)ץ0€€10׳11/0111)8 צו ביסלעך האט זיך ארגאניזירט אין סקאלה א ציון־פאראיין(אזוי האט מען עס דעמאלט גערופן). און עס איז אויסגעוואקסן א געזונטע ציוניסטישע ארגאניזאציע, טראץ דער שטארקער קעגנערשאפט פון די חסידישע קרייזן.

passage_15e74d7824c6a0a15b417a80
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1177-1560

בערך אין יאר 909 ו־908 האט זיך געגרינדעט א העברעישע שול, צו ערשט מיט היימישע לערערס. דערנאך האט מען אריינגעבראכט צוויי לערער: איינער האט געהייסן טענענבלאט און דער צווייטער סיוואק. די קעגנע ר פון דער שול האבן געקערט וועלטן, סטייטש מען פירט די קינדער אראפ פון דרך הישר?! אבער עס האט גארנישט געהאלפן. די שול האט זיך אנטוויקלט. 43

passage_8ab3fbaf3fc5b4fdfbf49950