Original scan
Original memorial-book scan 64
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1335

אין דער צייט פון דעם ערשטן וועלט־קריג האט זיך די ציוניסטישע ארבעט אפגעשוואכט. סקאלה איז געווארן אקופירט פץ די רוסן ביז אויגוסט 1917. נאך דעם קריג האט זיך די ציוניסטישע ארבעט צו ביסלעך ווידער אנגעהויבן און די ציוניסטישע פארטיי אין סקאלה האט באשלאסן איבערצונעמען די קהילה. דאס איז דעמאלט געווען די שטרעבונג פון אלע ציוניסטן אץ גאליציע: מ׳האט אויסגעקעמפט א שווערע מלחמה מיט די חסידים, וועלכע האבן געהאט אץ די הענט די קהילות אין גאליציע און האבן דארט רעגירט ביד־רמה. א דאנק בעיקר פיר מענטשן, וועלכע זענען געשטאנען אין שפיץ פון דער ציוניסטישער ארגאניזאציע ־ ישראל לייב פרייפעלדער,משה פייערשטיין, מאטיע ודידבערג, אץ ב.צ. פידערער, איז געלונגען ביי די ערשטע וואלן צו וויילן א ציוניסטישן קהילה־ראט. די ציוניסטישע ארגאניזאציע אין סקאלה האט אויסגעבויט א שיינעם און גרויסן "בית־עם". דאס איז צו פארדאנקען דער הילף פץ אמעריקאנער "חשאינט" אץ משה וויידבערג ז״ל, וועלכער האט זייער פיל געהאלפן ביים בויען דעם "בית־עם". דארט איז געווען א בית־ועד פאר דער יידישער יוגנט, פאר מיטגלידער פון אלע פארטייען, פאר קולטור און בילדונג, פאר דער העברייאישער "תרבות״־שולע אץ פאר דער ביבליאטעק. קהלישע אינסטיטוציעס און עסקנים ארום יענער צייט האט מען געשאפן אין סקאלה א גמילות חסדים־

passage_4d358bd4afbd1aaab3a70e5a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1337-1881

קאסע און א פאלקס־באנק. די גרינדער און לייטעד פון די צוויי אינסטיטוציעס זענען ווידער געווען די פיר עסקנים: ישראל לייב פרייפעלדער, משה פייערשטיין, מאטי וויידבערג און בן ציון פידערער. די גמילת־חסדים־קאסע האט מען געגרינדעט אין אנפאנג מיט געלט, וואס מ׳האט אין סקאלע צונויפגענומען, דאן האט דער "סקאלער רעליעף־ קאמיטעט" אין ניו־יארק געהאלפן. די גמילת חסדים־קאסע פלעגט העלפן מיט הלוואות, אן צינזן שוואך־באמיטעלטע מענטשן. די באנק האט מען געגרינדעט מיט דער הילף פון דעם "דזשאינט".

passage_cd19b31d1b3d8315afc2bd4e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1883-2783

פאץ אנהויבן האבן א מעטן באקומען פונעם "חשאינט" ווייניק געלט, אבער מיט דער צייט, נאך דעם וואס עס איז אוועק א יאר צייט, און עס איז געקומען א קאנטראל, האבן זיי געזען, אז מ׳פירט די קאסע אין בעסטער ארדענונג, האט מען אנגעהויבן שיקן מער געלטער, ביז עס איז געווארן אן אנגעזעענע פינאנץ־אינסטיטוציע אין שטעטל און עס האבן פון דער באנק הנאה געהאבן א סך סקאלער יידן. מ׳האט געגעבן הלוואות יעדן יידן ביז 600 זלאטעס. דאס איז דעמאלט געווען א שיינע סומע. נאטירלעך האט יעדער געגעבן צוויי זשיראנטן, כדי דאס געלט זאל זיין זיכער. צינזן האט מען גענומען מינימאלע, עס זאל קלעקן אויפן הוצאות: דירה־ געלט פאר דער ביורא און פאר דעם בוכהאלטער אאדוו. דאס האט געדויערט ביז צום צווייטן וועלט קריג. יעדעס יאר פלעגט קומען א קאנטראלער און האט קאנטראלירט די ביכער; תמיד איז געווען אלץ אין בעסטער ארדענונג. 44

passage_8863414a810b63c17ba4867f