חיים ברעטלער אלה אזכרה ונפשי עלי אשפכה 5 ון אפריל 1942 בין איך געווען נאענט פארבונדן מיט די לאגערן בארקי־וויעלקיע אוֹץ סטופקי. דאס איז געווען באלד נאך דער פסח־רעגיסטראציע פון מאנסבילן אין בארשטשעוו בעת וועלכער א גרויסע צאל סקאלער יידן זענען געכאפט און פארשיקט געווארן אין יענע לאגערן, דאס הייסט בארקי און סטופקי. מיין פארבינדונג מיט די דאזיקע לאגערן האט אנגעהאלטן ביז סוף סעפטעמבער 1942 ־ ביז נאך דער גרויסער "אקציע" אין אונזער שטאט סקאלע. ווי דער שליח פון "יודנראט" האב איך געפירט שפייז און מלבושים צו די אומגליקלעכע. כ׳האב אויך פון צייט צו צייט, ארויסגעריסן מענטשן פון דארטן, ממש פון די נעגל פון טויט. אין די דאזיקע שורות וויל איך איבערגיבן, לויט מיינע מעגלעכקייטן,
די מגילת הדם, שוידערלעכע פאקטן, וואס מאכן ממש גליווערנדאס בלוט אין די אדערן. פאקטן געזעענע מיט די אייגענע אויגן, בילדער וואס פארפאלגן א מענטש ביזן קבר. א טייל פון אונדז, באזונדערס יענע גליקלעכע, וואס האבן די צייט פונ׳ם מורא׳דיקן חורבן איבערגעלעבט אין אן אנדערער, פרייער וועלט, וואו די האנט פון משחית האט נישט געקענט דערגרייכן, קענען נישט משיג זיין וואס עס איז געשען. לייענענדיק די שורות פון פייער און בלוט ־ בלוט פון אייגענע ברידער, וועלן זיי זיך אפשר אפראגטאן צו וואס און צוליב וואם אויפרייסן שוין כמעט פארצויגענע וואונדן און ארויסברענגען שרעקלעכע בילדער, וואס וועלן רויבן דעם שלאף פון די אויגן. צו די אלע מוז געזאגט ווערן, אז דער צוועק פונעם יזכור־בוך איז צו וועקן און דערמאנען, און האבנדיק פאר די אויגן די פיינלעכע בילדער, וועלן מיר קיינמאל נישט פארגעסן און נישט פארגעבן. 73