Original scan
Original memorial-book scan 94
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-999

איך האב צונויפגעשטעלט א רשימה פון אלע סקאלער יידן, וואס זענען פארשלעפט געווארן אין די לאגערן, אנגעבנדיק ביי יעדן פון זיי אלע פרטים, וואס זענען מיר באקאנט. זינט דער באפרייאונג און זינט עם האבן אנגעהויבן צו דערשינען יזכור־ביכער, ווערט גענוג דער פארניכטונג אין די לאגערן, געטאס, און וועלדער, אנגעווענדעט א מין טרוקענער צוגאנג און אלץ איז דערקלערט אין ציפערן: אזוי פיל דערשאסן, אזוי פיל פארגאזט אאוו, נישט אפגעבנדיק זיך קיץ חשבון, אז מיט דעם צוגאנג טוען מיד א גרויסע עוולה אונדזערע קדושים, ווייל מען פארוואנדלט זיי אין נאמענלאזע ציפערן. זאל די רשימה צוריקגעבן יעדן קדוש זיין פערזענלעכקייט. איך האף, אז בשעת יעדער פון אונדז וואס וועט דאס לייענען, וועט ער אין יעדן נאמען זען א מענטש מיט א גוף און נשמה, א מענטש, אן עולם מלא, און נישט קיץ טרוקענעם נומער. עס זאל זיין, ווי אונדזער נביא יחזקאל האט געזאגט: "איך וועל אנטאן די טרוקענע ביינער מיט א גוף און א נשמה."

passage_f0242d045e8312e3ae22399d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1001-2673

מיטן אָנזאָג פֿון דער צווייטער וועלטמלחמה און מיטן אַרײַנמאַרש פֿון דער רויטער אַרמיי, וואָס האָט אָקופּירט די מזרח־שטחים פֿון פּוילן, האָבן מיד צײַטווייליק אויסגעמיטן די מוראדיקע דײַטשע אָקופּאַציע מיט אַלע אירע פאלגן. עס האָבן זיך אָבער אָנגעהויבן אַנדערע צרות. און מערקווירדיק, כאָטש מיד האָבן זוכה געווען צו האָבן אַן אייגענעם ראָש־העיר און אפשר דווקא ווײַל מיד האָבן אים געהאַט, האָט דער גאנצער חומר הדין זיך אַראָפּגעלאָזט נאָך אויף ייִדישע קעפ: אַרעסטן פֿון ייִדן, נאַציאָנאַליזירונגען פֿון ייִדישן פאַרמעגן און פֿאַרשיקונגען פֿון ייִדן. נישט קוקנדיק דערויף, וואָס מיד האָבן געהאַט אַ ץ סקאַלע אוקראַינער, טעטיקע נאַציאָנאַליסטן און אָפענע שונאים פֿון ראַטנפֿאַרבאַנד, איז קיינעם פֿון זיי גאָרנישט געשען. אָט די באַדינגונגען פֿון שרעק פֿאַרן מאָרגן האָבן זיך געשלעפּט ביז דער צווייטער פאַזע פֿון קריג, ווען די צוויי וועלט־אומברענגער האָבן זיך אויפגעהערט צו קושן אין די פֿיסלעך און איין רוצח איז אָנגעפאַלן אויפֿן צווייטן. האָט זיך אָנגעהויבן דער בליץ־מאַרש קיין מזרח. די סאָוויעטישע אַרמייען זענען אין אומאָרדענונג אַנטלאָפֿן, ווערנדיק גלייך באַשאָסן דורך די זעלבע אוקראַינער, וועלכע האָבן בײַ זיי פֿאַרנומען גוטע פּאָסטן און נאָר געווארט אויף דעם טאָג פֿון דער סאָוויעטישער מפלה. ייִדן זענען אַרומגעגאַנגען צעטומלטע און כאָטש וואַדנענדיק בײַ דער גרענעץ, האָבן זיי געהאַט אַלע מעגלעכקייטן צו אַנטלויפן מיט די אָפּטרעטנדיקע רוּסן, האָט דאָס קיינער(אויסער אַקטיוויסטן) נישט געטאָן, ווײַל פּרוּוונדיק דעם טעם פֿון רויטן גן־עדן, האָבן ייִדן געמיינט, אַז ערגער איז שוין נישטאָ. זיי האָבן נעבאַך געהאַט אַ טעות: אין סאָוויעט־רוסלאַנד האָט מען קיינעם נישט פֿאַרגאַזט.

passage_6ddc7ca25142294ee3b705d1
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2675-3059

די איבערגאנגס־צייט פון מאכט צו מאכט איז אדורך אין סקאלע פאהעלטניסמעסיק רוהיק. אין אנדערע שטעט און שטעטלעך האבן די צעיושעטע אוקראינער דורכגעפירט פאגראמען אויף יידן; די סקאלער מושלים זענען געווען מער צוריקגעהאלטן. די ניי־געשאפעענע אוקראינישע מיליץ האט טאקע דורכגעפירט רעוויזיעס אין יידישע הייזער, אייניקע יידן זענען געשלאגן געווארן, 74

passage_c13262b825e7284567c0d71a