Original scan
Original memorial-book scan 95
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1133

אנדערע ארעסטירט, אבער אויסער א פאריינצלטן פאל פון אריינווארפן א גראנאט אין הויז פון דודי הערשער אויפן אלטער־שטאט, וואס האט געטויט זיין פדוי רויזע און פארוואונדעט זיין טעכטערל, זענען קיין קרבנות נישט געווען. מיטן אריינקום פון די דייטשן האבן זיך ערשט אנגעהויבן די גזירות רעות, דאם שלעפן צו פארשיידענע צווינגס—ארבעטן, דאס פלינדערן פון יידישע הייזער און א.וו. אין יענער צייט איז געשאפן געווארן דער יודנראט, אין פאלגנדיקן צוזאמענשטעל: מרדכי(מאטיע) וויידבערג, פארזיצער יוסף יאגעט, מאיר זוסי טאבאק, הרב יהודה דרימער אברהם בילגאריי אליעזר פיש ניסן אלינגער. זייער אויפגאבע אין די ערשטע חדשים פון דער דייטשער ממשלה איז געווען צו כאזארגן און צו ליפערן פארשיידענע ארטיקלען צו די דייטשן מכל המינים, ווי געסטאפא, שוץ און גרעניץ־פאליציי ווי אויך די אוקראינישע פאליציי כדי, ווי ווייט מעגלעך, צו פארהיטן דאס רויבן פון יידישע הייזער. אנגעהויבן האט זיך עם מיטן אוועקנעמען פון יידישע היימען, מעבל, געשיר, לעדער אאוו. דאס האט גלייך ארויסגערופן א קעגנערשאפט צום "יודנראט" מצד די מענטשן, ביי

passage_4946d3438d59a6988d9eb0f1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1135-2621

וועמען מ׳האט די דאזיקע וואכן צוגענומען. דאן איז געקומען א צווייטער פראבלעם: די פראגע פון צושטעלן יידישע צוואנגס ארבעטער צו אלע דייטשע און נישט דייטשע דינסט־שטעלן. אויב די ארבעטער זענען נישט געווען אין דער צייט, האבן זיך די דייטשן אדער אוקראינער אליין ארויסגעלאזט כאפן יידן אויף די גאסן און צרות האבן שוין נישט געפעלט. מיטן איינפירן די ארבעטס־אפטיילונג ביים "יודנראט" איז אין א גרויסער מאס דאס כאאטישע כאפן צו דער ארבעט אפגעשטעלט געווארן. עס איז אויך איינגעפירט געווארן א געוויסער סדר ביים רופן צו דער ארבעט. אויב א פארמעגליכער ייד האט געדארפט זיך צושטעלן צו דער ארבעט און ער איז געווען וויליק צו באצאלן, פלעגן ארעמערע יידן זיך גרן פארדינגען און פאר א געוויסן אפצאל פארנעמען זיין פלאץ. אויף אזא אופן האבן זיך יידן איינגעארדנט אויף סטאבילע ארבעטן ביי די דייטשן, אין דער "ליגענשאפט" (שטאט־פארם) אדער אויף די וועגן ביים שוטערן שאסייען. זיי האבן געארבעט אויף דעם זעלבן פלאץ און נישט מורא געהאט געכאפט צו ווערן. דאס, זענען אבער געווען די לייכטערע פראבלעמען: פראבלעמען פון געלט, פראבלעמען פון ארבעט אויפן פלאץ און בלייבן צוזאמען מיט די משפחות. יידן האבן מאנעוורירט לגבי די דייטשן מיטן אלטן יידישן געווער־געלט, און מיטן געדאנק פון "ת ן ל י הנפ ש והרכו ש ק ח לך" האט מען געחלומט איבערצולעבן די צרות, נישט וויסנדיק, אז גרעסערע און שרעקלעכערע ליידן און פיין שטייען שוין הינטער די פלייצעס.

passage_b923a77132e9be7a21d90790
Passage 3normalized OCR · source chars 2623-2625

75

passage_31e8b1b600f1760a44bdb050