צוואנג ס ארבעטס־לאגע ר
שוין אין די ערשטע חדשים אונטער דער דייטשער ממשלה האבן יידן זיך איינגעבראכן אונטער דער לאסט פון די לאקאלע גזירות רעות פון די דייטשן, פון די אוקראינער, ווי אויך פונ׳ם "יודנראט׳ / וואס האט אונטער׳ן שונא׳ס דרוק געמוזט, אין געוויסע הינזיכטן דורכפירן פארארדענונגען, ווי די פעלץ־אקציע, און די כמעט טאג־טעגלעכע צרה פון זאמלען און ליפערן סחורות און געלטער וואס די דייטשן האבן פארלאנגט. דערמיט האט דער "יודנראט" געמיינט צו צוימען די נאצישע אפעטיטן. אין דער זעלבער צייט האבן די דייטשן מיט זייער באקאנטער פינקטלעכקייט, לויט א צוגעגרייטן פלאן, זיך גענומען פארווירקלעכן זייער טייוולאנישן ציל שטופנווייז צו פארניכטן די יידן. זיי האבן אויפן שטח פון די מזרח־געביטן געשאפן א נעץ פון לאגערן, כדי אויף אזא שטייגער אפצוציען די יונגע ארבעטס־פייאיקע, יידישע כוחות און מיט זיי דורכפירן וויכטיקע ארבעטן. גלייכצייטיק, האבנדיק זיי קאנצענטרירט אויף געציילטע פונקטן האבן זיי געוואוסט, אז עס וועט גרינגער זיין זיי צו פארניכטן. פאר די יידן פון טארנאפאלער קרייז־ און אויך פאר אנדערע־ האבן די דייטשן "אפגערייניקט" דעם פאלווארק פון א יידישן גוט־באזיצער, מיט׳ן נאמען ווייסגלאס, אין דארף בארקי־וויעלקיע ביי טארנאפאל. אזוי אויך א קלענערן לאגער אין שכנישן דארף סטופקי. איך האב געזאגט "אפגערייניקט" דעם פאלווארק, ווייל קודם איז דארט געווען א לאגער פאר רוסישע קריגס־געפאנגענע, וואס זענען "ליקווידירט" געווארן, דאס הייסט דערמארדערט געווארן דורך די דייטשן,
דאס דארף בארקי־וויעלקי האבן זיי אויסגעקליבן דערפאר, ווייל דארט איז געווען א באן פארבינדונגס־פונקט. עס איז געווען גינסטיק פון דארט צו לייגן באן־רעלסן פאר א דירעקטע ליניע קיין רוסלאנד, כדי צו פארבעסערן די פארבינדונג מיטן פראנט. און אט די ליניע האט געדארפט געשאפן ווערן מיט די הענט פון יידישע שקלאפן־ארבעטער. די ערשטע וואך אין דעצעמבער ו94ו, האט דער "יודנראט"
באקומען דעם באפעל צוצושטעלן פאר צוואנגסארבעט 50 מענטשן צום זאמלפונקט אין טשארטקאוו. דער "יודנראט" האט געמוזט אויספירן דעם באפעל און האט צוזאמענגעשטעלט א רשימה פון אומפארהייראטע מענער אין עלטער פון 8 ביז 35 יאר. עס איז געווען א זייער שווערער באשלוס צו זיין דער פוסק אחרון, ווער עס זאל גיין און ווער נישט. דער אפקלייב איז געמאכט געווארן אזוי יושרדיק ווי מעגלעך. עס זענען די באטרעפנדע צוגעשיקט געווארן אויפפאדערונגען זיך צוצושטעלן א זונטיק אוונט צום "יודנראט". עס האט זיך אין די אויפפאדערונגען געזאגט, אז זיי ווערן טראנספארטירט אין א לאגער. עס איז גארנישט פארלייקנט געווארן. עס האבן זיך צו דער אנגעגעבענער צייט פינקטלעך אלע צוגעשטעלט. דער "יודנראט" ווילנדיק זיין זיכער, אז עס וועלן נישט זיין קיין צרות, האט גערופן 54 אנשטאט 50, טאמער וועט עמיצער איבער א געוויסער סיבה פארפעלן. זעענדיק, אז אלע זענען געקומען און קיינער פעלט נישט, האט דער "יודנראט" 76