Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 98
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1035

שמואל מענטשעל בנימין קאסירער שמשון לייבאוויטש מרדכי לייבאוויטש הערש ברעטשניידער הערש שינדלער יעקב ליבערבוים ווען אליעזר פיש איז צוריקגעקומען פון טשארטקאו מיט די נייעס, האבן די משפחות פון די פארכאפטע, הערנדיק אז אנדערע זענען אנטלאפן, ערשט אויפגעהויבן דעם רעכטן טומל. עס איז געווען אוממעגלעך די פארביטערטע צו בארוהיקן און דערקלערן, אז מיט געשרייען אליין וועט מען גארנישט העלפן. דער "יודנראט" איז גלייך צוגעטראטן זאמלע ן מלבושים און שפייז פאר די פארשיקטע. עס האבן זיך צונויפגענומען עטליכע פורן, דארונטער עוזיאל שטאק און פישל געמיינערמאן, וואס האבן נאך צו יענער צייט געהאט אייגענע פערד פון פריער, מיט וועלכע זי י פלעגן טאן פארשיידענע ארבעטן פארן "יודנראט". האבנדיק זין אין לאגער, זענען זיי געווען פערזענלעך פאראינטערעסירט אין דער רייזע, כדי אליין צו זען זייערע קינדער. מצד דעם "יודנראט" איז מיטגעפארן ניסן אלינגער, כדי זיך אויפן ארט צו באקענען מיט דער לאגע און צו זען וואם עס קען געטאן ווערן.

passage_ac88b36f14da0f52a654d3db
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1037-1985

דארט אין בארקי האט זיך ניסן אלינגע ר געטראפן מיט אנדערע יודנראט־מיטגלידער פון די ארומיקע שטעטלעך און איניינעם געזוכט א וועג צו באפרייען די מענטשן. עס טוט זיך אבער נישט אזוי שנעל ווי עס רעדט זיך. דערווייל זענען די מענטשן געטריבן געווארן יעדן טאג צו שווערער ארבעט. עס האט געהערשט א מוראדיקע קעלט, עסן האט מען כמעט גארנישט געגעבן, בעיק ר האט מען געארבעט אין איינשניט, ד.ה. עס איז געלייגט געווארן א באן־ליניע קיין רוסלאנד, ווי דערמאנט פריער. מען האט געמוזט האקן דעם שטיינערנעם, פארפרוירענעם שטח אונטער דער השגחה פון אויפזעערס. דער קלענסטער איבעררייס האט גורם געווען מוראדיקע קלעפ. נאד זעענדיק יעדע וואך היימישע פנימער, ווי אויך צוגאב שפייז, פארבייטנדיק די שמוציקע, צעריסענע קליידער און וועש אויף ריינע, האט דאס די אומגליקלעכע געגעבן פרישע כוחות אויסצוהאלטן און נייע האפענונגען אמאל פטור צו ווערן פון דעם פארשאלטענעם לאגער.

passage_8b2e097fe0f54c384867dad8
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1987-2726

ביז אייץן טאג איז דארט געשען אן אומגליק־אן אומגליק בתוך אן אומגליק. ארויסגייענדיק צו דער ארבעט ביים "איינשניט" איז משה שטאק פלוצלונג געהרגעט געווארן. עס האט זיך אפגעריסן א בארג מיט ערד און אים א לעבעדיקן פארשאטן. ביז די איבעריקע ארבעטער איז געלונגען אפצורייניקן די ערד, איז ער שוין געווען טויט; דער ערשטער לאגער קרבן. דאס האט אויף די איבעריקע געהאט א שרעקלעכע ווירקונג. זיי האבן זיך ערשט איצטער אפגעגעבן א חשבון, ווי נאענט ס׳איז פונ׳ם טויט, עס מוז נישט זיין פון די הענט פון א דייטש, אדער אן אוקראינער. מיט צעבראכענע הערצער האבן זיי אים צוריקגעטראגן, כדי אים ערגעץ מקבר צו זיין. און דא איז אנגעקומען עחיאל, דער פאטער, מיט פעקלעך, 78

passage_4a87816d04e9b010f19a6400