האפנדי ק באלד צו זע ן זי ק זון. ער האט אים געזען א טויטן. הערנדיק, אז זיי גרייטן זיך אים ערגעץ צו באגראבן, האט ער א באהארצטער געשריי געטאן: "ניין! מיין משה׳ן וועל איך דא נישט לאזן, אהיים וועל איך אים נעמען". און אזוי האט ער געטאן. ווער האט געוואגט צו זאגן דעם אומגליקלעכן פאטער, ער זאל דאס נישט טאן און זיך נישט שלעפן 36 שעה אויף די שלעכטע וועגן, אליין מיט די אייגענע געדאנקען? דער ערשטער לאגער־ייד פירט אהיים א טויטער, געפירט פון אייגן פאטער... די לוויה אין סקאלה האט אויף אלע יידן געמאכט א זייער שווער רושם. באזונדערס זענען די יללות געווען גרויס צווישן די משפחות פון די פארשיקטע. נאד ווי געזאגט, וואס די ערד דעקט צו, מוז ווערן פארגעסן. יעדער האט געמוזט אנגיין מיט זיין טאג־טעגלעכער ארבעט, גרייט פאר נייע צרות און קלעפ. אין משך פון די ווייטערדיקע עטליכע וואכן איז ניסן אלינגער געלונגען צו באפרייען דעם גאנצן טראנספארט (אלע 27) אין 3 גרופעס. עס האט אפגעקאסט גענוג געלט. עס איז דערביי נישט געמאכט געווארן קיין אונטערשייד צווישן ארעם און רייך. ווער עס איז נישט געווען בכוח צו באצאלן, דעם האט דער "יודנראט" אויסגעלייזט.
וואלט דאך געווען גוט, איז אבער שוין אין פעברואר 1942, נאכן איידער דער לעצטער טייל איז באפרייט געווארן, געקומען א צווייטע גזירה וועגן א פרישן קאנטינגענט אין לאגער אריץ. נאכן באקומען דעם נייעם באפעל, האט דער "יודנראט" גלייך געוואוסט, אז דאסמאל וועט זייער רוף צו גיץ אין לאגער אריץ נישט רעספעקטירט ווערן. און מיט רעכט־זיי האבן דאך געזען, אז די אלע וואס זענען אנטלאפן פונ׳ם ערשטן טראנספארט, האט גארנישט פאסירט, היינט ווערזשע וועט מיטן אייגענעם ווילן זיך מעלדן אין לאגער אריין? עס זענען געמאכט געווארן פרואוון דורך "יודנראט" אויסצוקויפן זיך ביים ארבעטס־ אינספעקטאר, אץ אז דאס האט זץ־נישט איינגעגעק, האט די אוקראינישע פאליציי מיט דער ודלף פץ "ארדנונגסדינער" געכאפט יידן פץ די ארבעטם־פלעצער, אויך פון באהעלטענישן, און געבראכט זיי אין געמיינדע־בנין, כדי זיי צוצושטעלן קיץ בארשטשאו צו ם טראנספארט. עס זענען געכאפט געווארן א היפשע צאל מענטשן, נאר די משפחות פון די פארהאלטענע האבן דורך פארשידענע וועגן, ווי דורך די דייטשן, די אוקראינער, פאר געלט פארשטייט זיך, באפרייט א געוויסן טייל. און די איבעריקע זענען דעם אנדערן טאג צוגעשטעלט געווארן קיץ בארשטשאוו, אין דער באגלייטונג פון אוקראינישער פאליציי און "יודנראט" מענטשן. קומענדיק קיץ בארשטשאו זענע ן די מענטש ן אנגעשלאסן געווארן ■צום אלגעמיינעם סכם געכאפטע פונעם גאנצן באצירק, נאר ווידער איז עטליכע געלונגען צו אנטלויפן. נאכמיטאג איז דער גאנצער טראנספארט, באוואכט פון אוקראינישער פאליציי, געבראכט געווארן צו דער באן־סטאנציע און פארלאדן געווארן אין ווארטנדיקע לאסט־וואגאנען. עס שטייט מיר נאך ביז היינט פאר די אויגן דאס פאלגענדע בילד: בעתן באגלייטן דעם טראנספארט צו דער באן,
צוזאמען מיט אברהמ׳צי בילגאריי, האט זיך פלוצלונג ארויסגעריסן פון דער רייע עזריאל זיידמאן און גענומען אנטלויפן; דא האט דער באצירקס־קאמענדאנט פון 79