Kehilot/Sokółka
Library
Place · geographic site

Kurile

קורילע

Place where children went swimming in summer.

Page scan 241MEDIUM confidence
Learn more with AI

Read more about Kurile than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Kurile
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
2
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 241
Open exact passage
שפעטער האב איך געלערנט אין די חדרים פון דעם קוזניצער מלמד, שפעטע ר ביי ם דרעצענען מלמד, דאן ביי יוסף חיים דעם מלמד, דערנאך ביי ם שטאבינער און צום סוף אין דער גרויסער וועלט־מלחמה האט ר׳ שמשון קאצענעלנבויגן געעפנט א ישיבה אין קארלינער שטיבל. אלגעמיינע בילדונג האב איך געלערנט ביי פישל קראפ־ ציק. זומער פלעגן מיר זיך גיין באדן אין קורילע און דערביי פלעגן מיר פארקירצן דעם וועג און גיין דורך א סטעזשקע צווישן די זאנגען. אזוי ווי מיין פאטער איז געווען א טשעסלער האב איך געהאט גענוג געצייג אויף צו מאכן א גוטן שליטעלע. איך פלעג זיך זעצן אויפן שליטל לעבן דעם שישקיער און איך פלעג אראפפארן דעם בארג, דורכפירן דעם גוי שורשיק און דער שליטל פלעגט בלייבן שטיין ביז דער תלמוד־תורה. ווען די סאקאלקער טייכן ווערן פארפרוירן פלעג איך זיך גיין ...
Source passage 2
OCR · respaced for reading · scan 242
Open exact passage
טא געוועלט זענען נישט קיין גוטע, ווייל א גרוסער טייל פון סאקאלקע האבן געלעבט פון די לעדער פאבריקען און דאס האט זיך אפגעשטעלט. האבן רוסישע גענעראלן באשטימט, אז מען דארף האבן אין קורילע א שטארקן בריק, כדי די ארמיי זאל קענען פירן שווערע הארמאטן, האט מיין פאטער איבערגענומען די הנהלה אויפן אויסבויען דעם בריק. ווער פון די סאקאלקער ס׳איז געקומען בעטן מיין פאטער ער זאל אים צונעמען צו דער ארבעט האט ער אים געזאגט: "קויף א האק און קום מארגן צו דער ארבעט". מען האט אזוי לאנג געבויט דעם בריק, ביז ווען די דייטשן האבן זיך דערנענטערט צו סאקאלקע און די רוסן זענען אפגעטרעטן. זיי האבן אונטערגעצונדן דעם בריק, אבער ער איז נישט פארברענט געווארן. די לעצטע נאכט, איידער די דייטשן זענען אריין, זענען מיר אלע געווען אין דער גרויסער שול. ביים דייטש איז קיין פרנסה ווייטער נישט געווען. קינדער זענען געגאנגען אויף די שאסייען האקן שטיינער פון קוביק־מעטער. דער פארדינסט איז געווען זייער א קליינער. מיין פאטער האט באקומען ארבעט ביי די דייטשן בויען א וואסער־טורעם אויפן באן־סטאציע.
Connected nodes