י . שליימקאוויטש סאקאלקע נא ך דער 1 *טע וועלט־מלחמה סאקאלקע איז געווען א פאוואיאטאוווע שטעטל מיט א באפעלקערונג פון 8000 נפשות ; 3.800 יידן און 4.200 נישט־יידן . די שטאט ליגט אויף א העלפט וועג צווישן גראדקע און ביאליסטאק , מיט וועלכע זי איז געווען פארבונדן מיטן באן און שאסיי . פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה איז סאקאלקע גע ־ ווען א אינדוסטריעלער צענטער . אין די גארבערייען , פון וואגן דאם שטעטל האט געצויגן די הויפט־חיונה , זענען געווען באשעפטיקט ארום 800 ארבעטער . אויסער דעם איז דאן אויך שטארק אנטוויקלט געווען דער וואלד־האנדל און די האלץ־אינדוסטריע , בעיקר אדאגק דעם נעץ וועלדער , וועלכע רינגלען ארום דאס שטעטל . אין די קאזארמעס איז פאר דער מלחמה אייינגע ־ שטאנען א פאלק זעלנער , וועלכע האבן , צוזאמען מיט די פויערים פון ארום , געגעבן פרנסה בשפע אסך קרעמער און האנטווערקער .
אין גאנצן אן אנדער אויסזען האט דאס שטעטל באקומען נאך דער ערשטער וועלט־מלהמה, אויסערלעך אביסל "אייראפעיזירט", ווייל די גאסן זענען שוין כמעט אלע ברוקירט און עלעקטרישע ליכט באלייכט זיי — איז עס אבער אין עקאנאמישן זין אינגאנצן צעבראכן און רואינירט געווארן. צוליבן פארלירן דעם גרויסן רוסישן מארק, האבן זיך אסאך גארבערייען נאך דער מלחמה ליקווידירט. די גרעסטע גארבעריי פון נאך דער מלחמה, וועלכע האט באשעפטיגט ביז 200 ארבעטער, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ווילנע. געבליבן זענען בלויז 5 קליינע גארבערייען און 2 וואלקערייען, וועלכע באשעפ־ טיגן צוזאמען קוים 77 ארבעטער. פון דעם: 39 יידן. דאס איבערקלייבן זיך פון דער גרעסטער גארבעריי קיין * ״דאס נייע ווארט״ 1935, נומער 179, 15 דעצעמבער 1935. ווילנע האט גורם געווען דערצו, אז 30 יידישע משפחות זענען געבליבן ארבעטסלאז, און די געוועזענע גארבער האבן נישט געפונען קיין שטענדיגע באשעפטיגונג. א טייל פון זיי האבן גענומען צו גרינגע פארדינסטן, ווי פארקויפן צוקערלעך אויפן גאס, אויספלעטן פארשידענע חפצים און אויך... בעטלען. דער וואלד־האנדל איז פארמלוכה׳ש געווארן און ארויס פון יידישע הענט. געבליבן זען דעריבער דאס רוב יידן ביים האנדל און האנטווערק.
דער האנדל אין שטאט לויט דעם אנטייל פון יידן און נישט־יידן אין באזונדערע בראנזשעס ווייזט פאלגנדע טאבעלע. די צאל קראמענ צו ם 1־טן נאוועמבער 1935 צוזאמען נישט־יידישע יידישע בראנזשע 89 15 74 שפייז 13 2 11 מאנופאקטור 9 1 8 שיך לעדער 9 1 8 אייזן 8 — 8 גאלאנטריע 44 8 36 אנדערע 172 27 145 סך־הכל פון די 145 יידישע קראמען זענען געווען 6 הורטא־ וונע: 5 קאלאניאל — און 1 אייזן־געשעפט. פון די 27 נישט־יידישע קראמען זענען 2 הורטאווניקעס; 1 קא־ לאניאל — און 1 אייזן־געשעפט. פון די 172 געוועלבער האבן געהערט 145 צו יידן (84,3 פראצ.). פאר דער וועלט־מלחמה זענען אבער אין סאקאלקע געווען קוים 2 נישט־יידישע געוועלבער און 1 קאאפעראטיוו. אין די לעצטע יארן פאר דער צווייטער