455 משה מישלוינסה י 456 מיין שוועדר׳ גמליאל שטיין הי״ד ב״ר מאיר הרש ז״ל
אויף שוויגער־עלטערן נ״ל (איך לייען זיי, אגב, איבער ביי יעדע מעגליכע געלעגנהייט נאר), וועלכע זיינען אנגעקומען פון ״י אלם תשובה אויף מיין טעלעגראפישן מיטיילונג צו זיי, בעת מיין אסתּר (אלטקי) תחי׳ האט מיט מול געבארן אונדוערן בכור ישבעם נ״י, וועלכער האט שוין, אגב׳ פארענדיגט, מיט גרויס הצלחה, צוויי פאקולטעטן אין דעם ירושליס׳ער העברייאישן אוניווערויטעט — דעם פארמאצעווטישן פאקולטעטן און דעם כימישן. נאד׳ן ענדיגן די גענאנטע צוויי פאקולטעטן. אין ער אנגענומען געווארן אין אוניווערןיטעט אלס אסיסטענט און מאכט גלייכצייטיג דארט זיין דאקטאראט. זי האבן נאך זוכע געוועזן צו קענען זייער ערשטן ארץ־ישראל׳דיגן אייניקל פון בילדלאך, וועלכע מיר האבן זיי צוגעשיקט, פאטאגראפירט אין שפאציר וועגעלע און אין אנדערע פאזעס ביי אוגדזערע שפאציר־גאנגע מיט עם. דער זונעלע נ״י פלעגט, בעווב־דערס, זייער ליב האבן צו שפאצירן ביים שפ ת הים, צוקוקנדיג זאך מיט גרויס פאראינטערעסירונג און שפאגונג צי די אנקומענדע און אבשווימענדע שיפן. ליידער, אבער, איז זייער־אונדזער לעבנס־חלום זאך צוזאמען־צוקומען אין דאס הייליגע לאנד פון אונדזערע אבות ניט פארווירקליכטער געווארן, און זיי זיינען, צו אונדזער גרויסן אומגליק, ניט געווען פון די גליקליכע, וועלכע די אנקומענדע שיפן האבן געבראכט צו די ברעגן פון אונדזער אויסגעביינקטע, טייערע פאטערלאנד.
און ווען אונדזער טאכטער׳ל חנה׳ל התחי׳ איז גע־ בארן געוואָרן אין א גוטע, מזל׳דיגע שעה, וועלכע האט ב״ה, תל־אביב, תשע ה באב תשכ״ה מיין שוויגער שאשקע שטיין הי״ד בת ר׳ מאטל חאצקל ז״ל פון קרינעק שוין, אגב, געענדיגט גימנאויום און קאנסערוואטאריום און זעטצט פאר שטודירן קונסט: מאלעריי, סקולפטור א.ז.וו., האבן מיר שוין, ליידער, צו אונדזער גרויסן אומגליק, ניט געהאט צו וועמען צו טעלעגראפירן.
ואלן מיינע דאזיגע שורות dienen אלם צניעות׳דיגע מצבה אויפן דעם ניט בעוווסטן קבר פון מיין הייסבע־ ליבטן און טייערן פאטער, דעם צדיק און בעל מידות טובות, דעם התלהבות׳דיגן ציוניסט, דעם חריף און בקי, למדן און משכיל הרב ר׳ אליעזר זאב מישקינסקי, און מיין טייערע, אונפארגעסליכע מוטער, די צדקנית, טוהר מידות און נאבעלע שיינהייט, בת־שבע זכרונה לברכה, און אזוי אויך אויפן די אומבאוואוסטע קברים פון מיינע האכגעשעצטע און טייערע שוויגער־עלטערן ר׳ גמליאל און שאשקע שטיין, מיין בעליבטן און טייערן שוואגער חיים, דעם יפה תואר, גוט־הארציגן, מיט נאטירליך איינגעבארענער אינטעליגענץ, איינער פון דער גרויסער מחנה ציוניסטיש־נאציאנאלער יוגנט פון דעם רוהמפולן פוילישן יידנטום פארן קאטאקליזם — פארן שרעקליכן אומקום פון דריטל פון יידנטום דורכן רוצחיש־מערדער־ ליכן דייטשישן פאלק ישו״ז, און דער ליבער, בליהענד־ יונגער שוועגער סאניע׳לע הי״ד. זאלן די דאזיגע שורות מיינע dienen פאר זיי אלעמען אלם נר־תמיד, פאר זייערע כשר׳ע און הייליגע נשמות, וועלכע זיינען טיף, טיפ איינגעקריצט אין מיין הארצן, מוח און נשמה, וועלכע שטייען מיר אימער פאר מיינע אויגן און וועלכע איך וועל אימער און אייביג געדיינקען און דערמאנען. ת. נ. צ. פ.ה.