Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 284
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-980

543 אברהם (אלכסנדר) ל 1 אנפזז**אווסר, י 544 געשריען "סטוי", מיר האבן געמיינט, אז מיר זענען פארלארן. עס האט זיך אבער ארויסגעוויזן, אז דאס זיינען געווען פוילישע פארטיזאנער פון דערבייאיקן וואלד מיט א דעסאנט פון די רוסישע פארטיזאנער. מיר האבן זיך אנגעשלאסן אן דעם פארטיזאנער־אטריאד, ווו מיר האבן נאד 12 וואכן דערווארט די באפרייונג דורך דער רויטער ארמיי. אין א קצער צייט ארום האב איך אנגעהויבן אר־ בעטן אין דער שטאטישער קריגס־קאמענדאנטור אין יאנאוו. גאד 2 מאנאטן ביז איך אריבער ביי דער זעלבער ארבעט אין טארון און בידגאשץ. אין משך פון 4 — 5 מאנאט פון מיין ארבעט, האב איך זיך געשטעלט אלם ציל צו נעמען נקמה פאר מיינע געמארדעטע ברידער און שוועסטער און האב זיך די גאנצע צייט bemüט צו ערפילן מיין חוב לגבי די געפאלענע קרבנות פון דעם גאנצן יידישן פאלק. טאג בוך פון יידישן צער און פיין * (אויסצוגן פון גביית־עדות וועגן סאקאלקע) זונטיק 24 יאנואר 1943

passage_55901bf40b5d6456697df2e6
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 982-2131

היינט פארנאכט האב איך געזען אויפן קויפשקא גאס אן אויטא מיט סאקאלקער יידן. נעבן אויטא זיינען געש־ טאנען עטליכע דייטשן. יידישע פאליציאנטן האבן אין שכנותדיקן אפשניט־גאס, ווו דער אויטא איז געש־ טאנען, ניט געלאזן גיין קיין יידן. מסתמא לוינט ניט... מ׳זאגט אז מ׳האט היינט עוואקוירט, אוועקגעפירט צו דער לעצטער וואנדערונג די פארבליבענע יידן פון סא־ קאלקע—יידישע ארבעטער אין ווערמאכט פאבריק, וועלכע זיינען איבערגעלאזט געווארן בעת דער אלגע־ מיינער יידן־עוואקואציע פון ביאליסטאקער באצירק אין נאוועמבער 1942. פינף משפחות מיט א צאל פון 25 נפשות זיינען געראטעוועט געווארן דורכן דייטשן אינטענדענט פון די ווערמאכט־פאבריקן, פריזע. ביינאכט, איד האב נארוואס געהערט פון אן אנגעזע־ ענעם מענטשן, אז די אויסראטונגס־באנדע איז ווידער אוועקגעשיקט געווארן אויף "ארבעט" אויף צוויי טעג. ווו איז נישט באוווסט. מ׳איז זיך משער, אז אין פרוזשאן. אין לאקאל פון פערסאנאל־אפטייל פאר אינדוסטרי אויף קופיעצקא 49 איז א געוואלדיקר געדראנג. גרויסע רייען פון ארבעטס־זוכנדיקע. די יידישע פאליציאנטן ארבעטן אנגעשטרענגט ביים איינהאלטן ארדנונג. די

passage_8e875733c4c66efd3d62392f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2133-3171

שוררות שטייער זיינען בעיקר, פרויען פון אלע שיכטן און עלטער. אלע זוכן ארבעט. מ׳זעט אויף היימלאזע יידישע מענער אין די רייען. יידישע פאכלייט, וועלכע האבן געארבעט אויסער געטא, רעגיסטרירן זיך אין אונדזער אינדוסטרי־אפטייל, ווייל דעם 1־טן פעברואר 1943 זאלן אפגעזוכט ווערן די יידישע פאכלייט, וועלכע ארבעטן אויסערן געטא. די שטימונג אין געטא איז א נערוועזע. א טרייסט און א שטיקל אנשפאר געפינט מען אין די גרויסע באשטעלונגען פאר די געטא פאבריקן פון דער ווערמאכט און אין דער גרויסער אקציע פון יידנראט צו באשעפטיקן יידן. וועגן גראדנע נעכטן, שבת, האט מען ווידער געזען עוואקואציע־ טראנספארטן פון גראדנער יידן. עטליכע גראדנער זענען געקומען אין ביאליסטאק, געשפרונגען פון צוג. נייע פליטים. מאנטיק 25 יאנואר 1943 נאך נישט באוווסט ווו די באנדע איז געפארן. קרובים פון יאשינאווקער יידן האבן געשיקט זיי אנזאגן, אז זיי זאלן זיך תיכף לאזן אין ביאליסטאק. ווער ווייס, צו ס׳איז נישט צו שפעט. ❖ פון ארכיוו אין "יד ושם".

passage_2a68fabe327823eb2bd51d9f