Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 299
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1475

573 משיח אין חלום און אין לעכן 574 ווייל משיח אויף זיין פערדל, איז א חלום נאר געווען. א חלום שוין פון דורות לאנג, א חלום פון דער לאנגער נאכט, וואס האט צו ליכט נאד נישט דערגרייכט, צו פינצטערניש קיין סוף געמאכט. זיידעי אמת איז, דו גיזט גערעכט, מיר דארפן הילף, עס איז אונז שלעכט, פון איין זייט שונאים אונז זי שטיקן, פון צווייטן — ברידער, אויד זי דריקן. פעלקער בייסן זיך ווי חיות, מענשן רייסן פון זיך שטיקער, ברידער נאנטע טיילז זיר, אויף אונטערדריקטע און אונטערדריקער. איינער שטארבט פון hunger קעלט, דער צווייטער לעבט זיך וו1י לאנג און גוט. געווארן איז די גאנצע וועלט א גרויסע שעכט־הויז, פול מיט בלוט און אין מיטן שטייט דער ייד, מען רייסט, מען טרייבט יעדעם גליד, אין פנים ווארפט מען אים די שאנד "אין פאלעסטינא איז דיין לאנד!..." אמת, זיידע, אמת זאג איד, איז דיין תפילה, דיין געבעט, אז משיח זאל שוין קומען, ס׳איז שוין צייט, שוין באלד צו שפעט... אמת איז, ער דארף שוין קומען, ס׳איז שוין לאנג אויף דעם די צייט. אמת אויד, ער גייט און קומט שוין... ער איז פון אונז שוין גאר נישט ווייט... נישט מיט שופרות און טראמפייטן גייט ער, קומט ער אויף זיין פערד, נאר ער וואקסט מיט אונז צוזאמען, אומעטום דא אויף דער ערד. ער וואקסט און וואקסט, פון יאר צו יאר אויף יעדן שריט, אויף יעדן שפאן, זיין נאמען איז: "דער יונגער דור" אין יעדן פאלק איז ער פאראן.

passage_19358a53b9bd4a71ece07caa
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1477-2425

זיידע י איד זע ד ווילסט מיר פרעגן: צו דאאויף פרעמדע וועגן, איבער lange גלות־פעלדער, וואקסט דא אייד פון יאר צו יאר, די גייע יידישע גאולה, וואס דו רופסט אים "יונגער דור"ז ניין זיידע! עפן אויף די אויגן מער, און קוק דארט ווייט, עס איז נישט שווער צו זען אין נאנטן מזרח דארט א אלט באניייט היסטאריש ארט, דארט אויפ פעלדער, בערג און טאלן וואקסט איצט אויס א מענטש א פרייער, דארט אין הייליק מזרח לאנד וואקסט איצט אויס א דור א נייער. דויד ארבעט ביטערע און שווערע שמידט ער אויס א לאנגע קייט, וואס וועט צוזאמען אונז פארבינדן באפרייען אונז פון גלות־נויט. גענוג! גענוג — זאגט שוין — מיין זיידע גענוג די ליכט פון זיד צו טרייבן, גענוג חלומות אויס צו וועבן, גענוג אין פינסטערניש צו בלייבן. שוין צייט צו עפענען די אויגן און די נאכט זאל שוין פארשווינדן, שוין צייט אז א איינציקער משית, זאל אלט און יונג צוזאמען־בינדן.

passage_3995009b10df71d1cf1af950