Event · Migration
Flight from Chmielnik
The narrator and groups of residents fled Chmielnik, traveling toward Szydlow and Staszow.
Page 914HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 461 · printed page 914
אין דעם אדונט פארן ארײנמארשירן פון די דײטשן האב איך
שפאצירט מיט מײן חבר משה פרײם (א זון פון הרב אברהם
פרײם פון קאנאדע). עם איז געװען א ליכטיקע לבנה־נאכט,
אין הארצן איז אבער געװען חושך, נאכרעם װי מיר האבן
זיך גוט אנגעקוקט מיט די צעשראקענע פנימער פין די אנמ־
לאפענע מענטשן פון שלעזיע. מיר זענען .אהײם שלאפן זײער
שפעט. נישט באװיזן אײנצושלאפן, האט שוין אונדז געװעקט
א גערויש און געפילדער פון מענטשן. צװײ א זײגער בײנאכט
איז דאס גאנצע שטעטל געשטאנען אויף די פיס, ױנג און אלט
האבן פארלאזט די שטאט. מען איז געגאנגען מאסנװײז אויף
דעם װעג קײן שידלעװ, םטאשעװ. איך האב זיך אנגעטאן,
געכאפט אויף זיך .א מאנטל און אװעק צוזאמען מיט א גרופע
ױגנטלעכע אויפן שידלעװער װעג. דער װעג איז געװעזן
באדעקט מיט א מחנה פון מענטשן װעלכע זענען געגאנגען
מיט שנלע טריט פארויס. גאנץ פרי זענען מיר אנגעקומען
קײן שידלעװ. פון מינוט צו מינוט איז די בהלה געװאקםן׳ עס
זענען נאך מער מענטשן אנגעקומען און צוזאמען איז מען
אװעק װײטער, קײן סטאשעוו. די מערהײט כמיעלניקער האבן
באשלאסן צװוארטן ביזן אװנט און צוריק אהײם. אויך איך
בין צוריק .אװעק קײן כמיעלניק. בײנאכט איז געװען א מורא
צו גײן אויפן שאסײ, װײל ער איז שוין געװען פארפולט מיט
לאסט־אויטאס, מיליטערישע געפאנצערטע אויטאס פון האר־
מאטן און פארשידענע מאשינען־געװערן. מיר זענען געגאנגען
איבערן פעלד. פון דער װײטנם האבן מיר געזען דעם רויטן
הימל פון ברענענדיקע כמיעלניקער הײזער, װאס די דײטשן
האבן שוין געהאט אונטערגעצונדן בײם ארײנמארשירן. איך
האב זיך דערנענטערט צו דער שטאט. בײ מאליגאװ ...Connected nodes