Event · Migration
Move into the ghetto
The narrator says her sister Blimke and others had moved into the ghetto to work with the insurgents.
Page scan 384MEDIUM confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 384
דארט איז געװעזן א גרופע פון ״השומר הצעיר״׳ .א פלאצוװקע
פון אוגטערגרונט. אויפן װעג׳ האב איך געטראפן װיגא
װישינסקי׳ װעלכער איז תמיד געשיקט געװארן פון װארשע־
װער אוגטערגרונט קײן כמיעלניק און בײ אונדז געשלאפן.
ער האט מיך צוגעפירט צום פלאץ. טאםיע אלטמאן האב איר
שוין נישט געטראפן׳ גאר אנדערע צװײ מײדלעך. זײ האבן
מיר געזאגט׳ אז די פלאצװוקע עקזיםטירט שוין נישט מער.
דא האט אױך געארבעט מײן שװעפטער בלימקע און איצט
זענען אלע אריבער אין געטא׳ כדי מיטצוארבעטן מיט די
אויפשטענדלער. זײ האבן מיר געזאגט׳ אז אויב איך האב א
פלאץ אויף דער ארישער זײט׳ דארף איך בלײבן■ װײל דאם
װעט שפעטער צוניץ קומען. איך האב זײ איבערגעלאזט מײן
אדרעס און זײ געבעטן איבערצוגעבן מײן שװעסטער׳ לי
זאל צו מיר קומען. אנשטאט אין קלויסטער בין איך
יעדן זונטיק געקומען אויף דעם ארט און זײ האבן מיך
פארבונדן מיטן געטא. איך האב געשריבן ברױו קײן כמיעלניק
צו די סטראדאװסקים׳ כאילו איך שרײב צו מײנע עלטערן
און זײ האבן מיר געענטפערט װי עלטערן אויפן נאמען פון
די פיװאנסקים. נאך א חודש צײט איז צו מיר געקומען א
כמיעלניקער שײגעץ׳ דער זון פון אםאק׳ פון דער בודקע
מיט נאך א חבר א קריסט און מיר געזאגט׳ אז בײ אים געפינכ
זיך מײטע מיאדאװניק. זײ האבן געװאלט אז איך זאל מיטגײן
מיט זײ׳ נאר מײנע באלעבאטים האבן נישט דערלויבט צו
גײן מיט מענער. זײ האבן געטענהט׳ אז איך האב נישט קײן
ארבעטם־קארטע און מען קאן מיך נעמען קײן דײטשלאנד
אויף ארבעט. אין א צײט שפעטער איז מײטע געקומען צו מיר.
מיר האבן באשטימט זיך כסדר צו טרעפן׳ עש איז אונדז
א ...Connected nodes