Event · Migration
Pesach travels to Warsaw
Pesach went to Warsaw while the narrator remained responsible for the factory.
Page scan 991899MEDIUM confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 99
אין דעם יאר 1899, װען איך האב אנגעהויבן זיך צו לערנען
די מלאכה, איז פםח געװען פארװארפן מיט ארבעט. װען פסח
איז אײעק קײן װארשע, בין איך געבליבן דער פאראנטװארט־
לעכער פאר דער גאנצער פאבריק, כ׳האב אנגענומען צו
פארריכטן פלימפן, געמאכט פארשידענע מכשירים פאר גאר־
בערס און אנדערע ארבעטן — אזוי אז מײן באלעבאסטע
טעמערל האט באקומען עטלעכע רובל יעדע װאך פון מײן
ארבעט. זי האט טאקע געשריבן צו פסחן אז ער זאל איר נישט
שיקן קײן געלט ״װײל משה־לײזער פארדיגט יעדע װאך א
פאר רובעל, אז עס איז גענוג פאר אלעמען... דערפאר קענסט
אים קויפן עפעם א מלבוש, װען דו װעםט אהײמקומען...״
אין יאר 1902 זײענדיק אין קיעלץ דאם ערשטע יאר נאך
מײן באפרײאונג אלם לערן־ײנגל, איז אויסגעבראכן דער
רוםיש־יאפאנישער קריג. קיעלץ האט געהאט א גרויםע
ארבעטער־פארטײ, די פ.פ.ס., פוילישע סאציאליםטן. די ארבע־
טער אין כמיעלניק האבן נאך געארבעט א שקלאפן־ארבעט,
פון פארטאגס ביז שפעט אין דער נאכט און אויך שבת־צו־
נאכט ביז פארטאגס. קיעלץ האט ארגאניזירט אלע ארומיקע
שטעטלעך, איז אויף מיר געפאלן דער גורל, צו ארגאניזירן
א קאמף פאר אפשאפן די ארבעט פון שבת־צו־נאכט אין
כמיעלניק.Connected nodes