Person · person
Meir Fatale
מאיר פאטאלע
Speaks about events at a theater performance.
Page scan 217HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 217
מאיר פאטאלע שטופט זיך ארײן אין מיטן רעדל און שרײט :
שא, שא, איך װעל אײך נאך עפעם דערצײלן, אז עם װעט
זיך בײ אײך אויפשטעלן האר און נעגל. דאם בין איך ערשט
געװויער געװארן װען איך בין אהײם געלאפן אין שטוב ארײן
נאכן באקומען פון א ױנג א קנאק אין האנט ארײן, װען
כ׳בין ארײן מיטן רב צו משה גארליצקי אין הויז ארײן. אט
װעט איר הערן פון װעמען די אלע צרות און הפקרות קומען
ארוים. װען מײן װײב האט מיר דערלאנגט נאםע טיכער צו
דער פארשװאלענער האנט, האט דער קלײנער מײנער דערצײלט״
אז מיט צװײ װאכן צוריק האבן די צױניםטן געשפילט א
״טריאטער״. דער קלײנער מײנער האט זיך ארײנגעשמוגלט
אן א בילעט. נו מילא װאם ער האט באקומען פאר דעם
״טריאטער״־גײן, קענט איר זיך שוין פארשטעלן. נאר הערט
װאם די לאבוזעם האבן דארטן אנגעחוזקט, אז ם׳איז ממש
א חרפה און א בושה. שטעלט זיך פאר, אז ר׳ איטשע מאיר
מוהלס זון, צדוקל דער זײדענער ױנגערמאנטשיק און בית־
מדרשניק, שטעלט זיך ארויף אין דער הויך אויף די ברעטער
און בפני כל העם ועדה איז ער מקדש די שװארצע בערטע,
די טר ...Source passage 2
Source OCR · scan 217
פראפ. פאראײנען, ספארט־קלובן, דראמאטישע קרײזן, לינת
הצדק, לינת החולים, קיגדער־שוץ פון די רעכטע, קינדער־
שולן פון די לינקע און נאך און נאך. יאםל־פענזעל פרעגט :
און װאם װילן זײ מאכן ? מאיר פאטאלע ענטפערט : אז מאכי
זאלן זײ אלע מיט די זײטן, זײ זענען ערגער װי גוײם,
זײ האלטן נישט פון א דין און פארמאגן נישט אין זיך
קײן מידת־הרחמים. מאיר איז ממשיך מיטן גמרא־ניגון, אז
דער דין איז : ״יציאת שבת היא משעת צאת שלשה כוכבים
קטנים ויהױ עומדים רצופים במקום אחד ולא מפוזרים״, און
דאמאלם מעג מען מאכן די ברכה המבדיל בין קודש לחול,
נעמען די שקצים און דרײען אן דעם ״פאדער״ (גראמאפאן)
שבת נאך מיטאג און מאכן זיך א הולײקע. דאס הײסט דאך
פשוט א חילול השבת. דערבײ װענדט זיך יאםל יחזקאלם
מיט א פראגע : װער זענען די מײדן װאס זענען אזוי חוצפה־
דיק געװען צום רב. זלמן תנא־קמא : אבער חוצפהדיק, ם׳איז
דאך ממש א סכנה געװען נעבן זײ צו שטײען, איך בין
געשטאנען נעבן אזא... לא עלינו... װאס װאלט געקענט יעדן
אײגעם ר״ל... כ׳האב מיר געמוזט פארשטעלן דאם פנים,
כ׳זאל זי נישט זען. אויגן האט זי געהאט װי לילית ימח שמה
און דערצו כמעט האלב נאקעט רחמנא ליצלן.Connected nodes
Person
Moshe Garlitsky
Appears in same passage
Person
Shmuel-Eli
Appears in same passage
Person
Itshe Meir
Appears in same passage
Person
Tzadokl
Appears in same passage
Person
The Black Beard
Appears in same passage
Place
Leshman’s house
Appears in same passage
Person
Yosl Fenzel
Appears in same passage
Person
Yosl Yechezkel
Appears in same passage
Person
Zalman Tana Kama
Appears in same passage