Kehilot/Chmielnik
Library
Place · market

the market

מארק

The march entered and crossed the market.

Page scan 150HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
2
Primary source passage
Source OCR · scan 150
Open exact passage
פארוים האבן מארשירט מיט געזאנג די חברים און חבדות פון דער פארטײ. מען האט געזונגען רעװאלוציאנערע לידער, לידער װעגן באפרײאונג. מען האט מארשירט דורך דער בית המדרש גאם. מיר זענען ארײן אין מארק. אט האט מען שוין אדורכגעשפאנט א האלבן מארק. מען האלט זיך אין דערנענ־ טערן צו דער מאגיסטראט־גאס, װו עס געפינט זיך חײם קצבס הויז נישט וױיט פון מאגיסטראט. אין זײן הויז האבן מיר געהאט אונדזער פארטײ־לאקאל. פלוצעם האט זיך דערהערט א שאס און באלד נאך אײנער. ם׳װערט א געטומל, א געלױף. דער חבר אברהם מאלעשעװער שרײט : ״חברים, לויפט נישט : שטעלט זיך אפ:״ קײנער הערט אים אבער נישט. יעדערער לויפט, יעדערער זוכט זיך צו באהאלטן. מיר לויפן אין דער ריכטוגג פון דער פינטשעװער גאם. מיר לויפן אין פרעמדע שטיבער. די באלעבאטים פרעגן דערשראקן : װאס האט פאםירט י װאם איז געשען י מיר וױיםן נישט װאם צו ענט־ פערן. מיר רעדן נישט. מיר װארטן א וױילע• װען ם׳װערמ שטיל, שלײכן מיר זיך ארויס פון שטוב. אויפן גאם זעט מען נישט קײן מענטש. כ׳באשלים גלײך צו לויפן אהײם. אין דער הײם איז שטיל, קײנער רעדט נישט ארוים קײן װארט. מען שטעלט מיר נישט קײן שום פראגע. אבער כ׳פיל, אז זײ וױיסן מער װי איך װײס. צוביםלעך דערװיס איך זיך, אז פאליצײ האט ד ...
Source passage 2
Source OCR · scan 218 · printed page 428
Open exact passage
אין דער זעלבער צייט װען דער חסידישער עולם האט מרעיש־עולמות געװען צוליב הפקרות און חטאים, האבן זיך אויפן מארק אויך גרופירט בעלי־מלאכות און סתם רעליגיעזע ײדן, װעלכע האבן מיט באדויערונג זיך צעטענהט איבער דעם חילול שבת. די אויפרעגונג איז באזונדערס גרוים געװען בײ די באלעגאלעס. זײ האבן זיך צעשריגן מיט הויכע קולות, װאס זענען דערגאנגען עד לב השמים. די מעשה שהיה פון זײער קאכן און זידן זיך איז געװען — װײל אן עלטערער בכבודיקער באלעגאלע, א מתפלל בהשבמה, מיטן ערשטן מנין װאס האט פארנומען דעם אויבנאן בײ דער מזרח־װאנט און דערצו אן עושר מיט צװײ פאר פערד־און־װאגן, האט אין דער זעלבער צײט געװאגט צו מוםרן א צװײטן באלעגאלע, דהײנו געפרעגט צי ער האט שוין פארלאדן די םחורות און אײנגעשפאנט די ,׳גניאדע״. דער באלעגאלע פון דער גניאדע האט זיך באלײדיקט און צעשריגן, הלמאי דער עושר איז אים חושד אין חילול שבת. ״זאל דער עושר בעסער מוסין זײן זון, װאם איז דער שולדיקער אין דער הפקרות, אין דעם װאס יידישע קינדער זענען מחלל שבתז״ — האט זיך געקאכט דער באלײדיקטער. דא איז דער עושר ארוים פון די כלים און ם׳האט א דונער־געטאן מיט קללות פון בײדע זײטן װי פון א ד׳ויל פ ...
Connected nodes
Associated events