Kehilot/Chmielnik
Library
Place · street

Magistrate Street

מאגיסטראט־גאס

Street near Chaim Katz's house and the party premises.

Page scan 150HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
4
Primary source passage
Source OCR · scan 150
Open exact passage
פארוים האבן מארשירט מיט געזאנג די חברים און חבדות פון דער פארטײ. מען האט געזונגען רעװאלוציאנערע לידער, לידער װעגן באפרײאונג. מען האט מארשירט דורך דער בית המדרש גאם. מיר זענען ארײן אין מארק. אט האט מען שוין אדורכגעשפאנט א האלבן מארק. מען האלט זיך אין דערנענ־ טערן צו דער מאגיסטראט־גאס, װו עס געפינט זיך חײם קצבס הויז נישט וױיט פון מאגיסטראט. אין זײן הויז האבן מיר געהאט אונדזער פארטײ־לאקאל. פלוצעם האט זיך דערהערט א שאס און באלד נאך אײנער. ם׳װערט א געטומל, א געלױף. דער חבר אברהם מאלעשעװער שרײט : ״חברים, לויפט נישט : שטעלט זיך אפ:״ קײנער הערט אים אבער נישט. יעדערער לויפט, יעדערער זוכט זיך צו באהאלטן. מיר לויפן אין דער ריכטוגג פון דער פינטשעװער גאם. מיר לויפן אין פרעמדע שטיבער. די באלעבאטים פרעגן דערשראקן : װאס האט פאםירט י װאם איז געשען י מיר וױיםן נישט װאם צו ענט־ פערן. מיר רעדן נישט. מיר װארטן א וױילע• װען ם׳װערמ שטיל, שלײכן מיר זיך ארויס פון שטוב. אויפן גאם זעט מען נישט קײן מענטש. כ׳באשלים גלײך צו לויפן אהײם. אין דער הײם איז שטיל, קײנער רעדט נישט ארוים קײן װארט. מען שטעלט מיר נישט קײן שום פראגע. אבער כ׳פיל, אז זײ וױיסן מער װי איך װײס. צוביםלעך דערװיס איך זיך, אז פאליצײ האט דערשאםן צוױי ײדישע מײדלעך. ...
Source passage 2
Source OCR · scan 151
Open exact passage
אין שפיץ פון צוג איז געטראגן געװארן די פועלי־ציון פאן. דער עולם האט געזונגען ארבעטער־לידער. פלוצעם האבן זיך דערהערט עטלעכע ביקסן־שאםן, פײערדיקע קוילן האבן מיט א פײף דורכגעשניטן דעם פארטריבטן הארבסט״הימל׳ װאכ איז געװען אײנגעהילט אין פינצטערניש פון דער נאכט. דאס ײדישע כמיעלניק האט דעם אװנט באצאלט דעם טײערן פרײז פון דרײ ױנגע קרבנות׳ מײדלעך׳ װא,ס זענען דערשאסן געװארן אויפן ראג פון דער מאגיסטראט־גאס. צװײ פון זײ: ניחה װישליצקי, חײם קצב׳ם טאכטער און מלכה טארעק, זעליק ישראל םטאשעװערס טאכטער — זײ זענען געפאלן טויט׳ די דריטע אסתר לאה טיזאן, דוד דאלום טאכטער, איז שװער פארװונדעט געװארן אין אויבערשטן טײל פון רעכטן פוס. אלע דרײ זענען געװען אין די אכטצענער יארן. די שיסערײ װאס האט זיך װידער איבערגעחזרט האט אנגעװארפן א שרעק. ם־איז אויםגעבראכן אן אומבאשרײבלעכע פאניק. מענטשן זענען זיך פונאנדערגעלאפן. דאס ליכט אין די מארק־ הײזער איז אויסגעלאשן געװארן. א פינצטערניש און מורא האט באהערשט דאס שטעטל.
Source passage 3
Source OCR · scan 151
Open exact passage
... האבן די רעדנער גערופן צו א מאםן־מארש דורך דעם גרויסן מארק צו דער מאגיםטראט־גאם, כדי איבערצונעמען די שטאט פארװאלטונג — דעם מאגיסטראט. ...
Source passage 4
Source OCR · scan 177 · printed page 346
Open exact passage
... בײ לײביש שולזינגער — עק מאגיםטראט־גאס אין מארק האט זיך גערודערט: װיפראװעס און חתונה־אויםשטײער, סאמעט און זײד, אטלאם און דאמאשעק. געמםחרט אין לאדזש. געפראװעט חםידות אין גער. ...
Connected nodes
Associated events