Kehilot/Chmielnik
Library
Institution · study hall

Hasidic Beth Midrash

א חםידיש בית־מדרש

Smaller study hall where Hasidim gathered and prayed fervently.

Page scan 117HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
4
Primary source passage
Source OCR · scan 117
Open exact passage
״רענדלעך״ האבן זיך געשאטן פון זײן מויל אז .ער האט ״געזאגט״ פארן עולם, — האט עם געהײסן בײ אלע די, װאפ זענען זיך דארט צוזאמענגעקומען, און זיך פארעכנט צו זײנע טרײע צוגעבונדענע צוהערערס. ״דאם גרויסע בית המדרש״, װי מ׳האט עם גערופן, איז מאקע געװען גרוים, מינדסטנם 500 קװ. מעטער, מיט א גרויסן בעלעמער אין דער מיט, און ארום און ארום גרויםע ברײטע טישן׳ װאם זענען אין די אװנטן און פארטאגס געװען אויסגעפילט עד אפס מקום מיט לערנערס און נאכהער מיט מתפללים ; אחוץ דעם איז געװען א חםידיש בית־מדרש, װאס איז שוין געװען אםך קלענער, אבער האט אויך ארײנגענומען אין זיד אסך צענדליקער מנינים. דארטן פלעגן זיך פארזאמלען מײםטנס .אזעלכע חםי־ דים, װאם זענען נאך געװעז אין א קלײנער צאל אין שטאט, בכדי צו האלטן א שטיבל אלײן פאר זיך — האבן זײ זיך גרופירט אין חסידישן בית־מדרש. בעת אין גרויםן בית־ מדרש, װי אויך אין שול האט מען געדאװנט ״זאכלעך״ אװי צו זאגן, איז דא, אין הסידישן בית־המדרש געדאװנט געװארן מיט התלהבות און ברען.
Source passage 2
Source OCR · scan 132 · printed page 256
Open exact passage
... צוױי גרויםע בתי מדרשים: דאס פראסטע בית המדרש׳ װאס איז געשטאנען נאענט צו דער שול פאר פאלקם־מענטשן און דאם חםידישע בית־המדרש פאר האלב־חםידישע ײדן מיט װעלכע די שטאט האט שטאלצירט. אין בײדע בתי מדרשים זענען געזעסן ױגגעלײט און געלערגט. ...
Source passage 3
Source OCR · scan 281
Open exact passage
יעניקע בחורים װידער װאם זענען נישט ארויםגעפארן לערנען אין דער פרעמד, האבן געלערנט זעלבשטענדיק אין גרויסן בית־המדרש אדער אין חסידישן בית המדרש. אין די דאזיקע בתי־מדרשים האט מען געקענט טרעפן טאג און נאכט גרופעס בחורימ, צו צװײ־דרײ און מער, לערנען פלײםיק ש״ם און פוםקים. די װעלכע האבן זיד באזונדערס אויםגעצייכנט אין ים התלמוד, צװישן זײ עילוײם, פלעגן לערנען בײם רב ביז זײער חתונה און מערםטנטײל אויר נאך דער חתונה נישט אויפגעהערט צו לערנען, בעת דער רײכער שװער האט געזארגט פאר פרנםה. ...
Source passage 4
Source OCR · scan 295
Open exact passage
די ערשטע גרויסע פארזאמלונג פון ״מזרחי״ אין כמיעלניק איז פארגעקומען אין חסידישן בית המדרש מיטן אנטײל פון חבר הועד המרכזי שטשעראנםקי װעלכער האט רעפע־ רירט װעגן די צילן אין אויפגאבן פון ״מזרחי״. די פארזאמ־ לונג האט אויםגעקליבן די ערשטע פארװאלטונג װעמענס פארזיצער איז געװעזן ר׳ שלמה־דוד קלארמאן׳ װאם איז געװעזן זײער באליבט בײ אלע כמיעלניקער ײדן. א מענטש מיט א שטארקן כאראקטער׳ גוטן װילן׳ פול מיט װיסן אין תורה און װעלטלעכע לימודים. א ײד מיט גוטע מידות װאס פיל האבן זיך בײ אים שואל־עצה געװעזן. ער האט פארמאגט אן אפן הארץ און געטרײ געדינט דעם רעליגיעזן ציוניזם. ...
Connected nodes