Person · narrator
Narrator
איך
A narrator who lives with a child among Christian neighbors.
Page scan 393HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 393
צו איר׳ און דערפאר האט זי שטענדיק געהאלטן דאס הױז
פארמאכט. אין צװישן איז צוגעקומען נאך א פאמיליע װוינען
בײ איר אויף זומער־װוינונג. די בלײבן אויך אונטן װוינען
און זענען מײנע שכנים. װי עס װײזט זיך אויס, זענען מײנע
נײע שכנים אויך אזוינע קריסטן װי איך. א פאמיליע פון
פיר מענטשן, זײער סימפאטישע. מיר האבן אבער צװישן זיך
קײנמאל נישט דערמאנט אונדזער אפשטאמונג. אונדזער
באלעבאסטע האט שטארק הנאה־געהאט פון אירע לאקאטארן.
ספעציעל האט זי ליב געהאט דאס קינד העניעק. זי האט ליב
געהאט פון אים צו הערן, אז אין דער צוקונפט װיל ער זיץ
א גענעראל, פארטרעטן שיקארסקין. זי האט אונדז געהאלטן
פאר זײער פרום׳ װארעם פון צײט צו צײט זענען מיר מיט
איר אװעק אין קירכע. איר האט נישט געקענט אײנפאלן, .אז
איך בין נישט קײן קריסטין, בפרט, אז מײן ״מומע״ איז
כמעט יעדן זונטיק אונדז געקומען באזוכן. מײן שכנטע, א
געװעזענע לערערין, האט אנגעהויבן צו לערנען העניעקן, אים
צוגרײטן אין פאלקס־שולע. ער האט זיך װונדערבאר גוט
געלערנט. אזוי זענען אװעק א פיר חדשים. דער װינטער
האט זיך דערנענטערט און מיר מאכן דעם אנשטעל, אז מיר
גרײטן זיך שוין באלד אהײם צו פארן קיץ װארשע. אונדזער
באלעבאסטע רעדט אונדז אבער שטארק צו, מיר זאלן נאך
פארבלײבן. עס איז אזוי אומרואיק אין װארשע — זאגט זי
צו אונדז — עם איז דאך בעסער אויף דער פראװינץ. מיר
לאזן זיך טאקע צורעדן און בלײבן װײטער װוינען. אויד
מײנע שכנים בלײבן. צו װײנאכט לאדט אונדז מײן באלע־
באסטע איץ צו זיך. איך מיטן קינד צינדן די ליכט אויף דער
״כאינקע״. איך האב העניעקן גוט צוגעגרײט אויף פראגן, ער
זאל װיסן צו ענטפערן, און אלץ איז אדורך בשלום•Connected nodes
Associated events