Kehilot/Chmielnik
Library
Person · employer

Narrator's female employer

באלעבאסטע

Woman whose opinion about Jews is reported by the narrator.

Page 770HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
3
Primary source passage
Source OCR · scan 385 · printed page 770
Open exact passage
דעם 19־טן אפריל 1943 קומט ארויף צו אונדז א חברמע פון מײן באלעבאםטע. איך הער װי זײ רעדן צװישן זיך: עפ איז װידער ״קריג״. איך האב באלד פארשטאגען׳ אז דאס מײנט מען דעם געטא־אויפשטאנד. װען יענע איז אװעק׳ האב איך געפרעגט, װאס איז געשען׳ האט מען מיר געענטפערט : ,אן אויפשטאנד אין געטא״ דאם ערשטע מאל האב איו געהערט פון מײן באלעבאסטע א מײנונג װעגן ײדן : ״א שאד װאם זײ האבן דאס נישט געמאכט, װען זײ זענען געװען א גרויםע מאםע׳ נאר איצט׳ װען זײ זענען שוין .א קלײן הײפל״• איך האב אויף דעם נישט געענטפערט׳ בכדי נישט ארויפ־ צורופן א פארדאכט. אין אװנט בין איך געגאנגען מיטן הונט שפאצירן. מען האט געהערט אויפרײסן׳ שיםערײען׳ פלאמען־ פײער האט מען געזען אין דער זײט פון געטא, דער רויך האט געשטיקט, פונקט װי גאנץ װארשע װאלט געברענט. איך האב אין מיר געשטיקט דעם װײטיק, זיך געפרוװט באהערשן, געװישט די טרערן׳ זיך באמיט׳ אז מען זאל׳ חלילה׳ גישט באמערקן מײן טרויעריקע שטימונג. טראץ אלעם, גלײך גאכן ארויפקומען אין שטוב, האט מײן באלע־ באם באמערקט אן ענדערונג אויף מיר: ״סטאשיא, דו איבערנעמםט זיך מיטן גורל פון די ײדן ?״. ער האט אפשר גארנישט געמײגט׳ אבער איך האב שוין איבערגעקלערמ. אפשר װײסט ער שוין װער איך בין י װען יא׳ װאלט ער מיך קײן אײן מינוט נישט געהאלטן.
Source passage 2
Source OCR · scan 392 · printed page 783
Open exact passage
... העלפן אויף װיפל מיר װעלן קענען. אט איז שוין שפעט אין דער נאכט׳ דאס קינד שלאפט שוין לאנג. איך בין דאך .אזוי גליקלעך און קוק זיך אײן װי דאס קינד שלאפט אזוי רואיק. איך, דאקעגן׳ קען בײ קײן פאל נישט אײנשלאפן. פאר גרויס פרײד׳ װאם איך האב װידער א דאך איבערן קאפ׳ אדער אפשר פון אויפרעגונג׳ װײל איך האב געהערט װי מײן באלעבאם האט אונדז פארשלאסן׳ פארמאכט דאם טויער און אװעק. איך ליג אין בעט און בין שטארק נערװעז. דער זײגער איז שוין 11 בײנאכט. װוהין קאן ער אזוי שפעט גײן׳ בעת עם איז דערלויבט צו גײן בלויז ביז 8 אװנט ? עס קומען מיר שרעקלעכע געדאנקען אין קאפ... אײנס בײנאכט איז מײן באלעבאם צוריק געקומען. א פאר־ שיכורטער איז ער ארײן אין צימער׳ זיך אװעקגעזעצט בײם אוױון און אזוי אדורכגעשלאפן די נאכט. צומארגנם איז מײן באלעבאסטע אנגעקומען. װײזט זיך אויס׳ אז זי פארנעמט זיך אויך מיט שמוגלען לעבנםמיטל פון די דערפער קײן װארשע. מײן באלעבאסטע, א פרוי פון א יאר 40, זעט אויס
Source passage 3
Source OCR · scan 393
Open exact passage
... ישט דערמאנט אונדזער אפשטאמונג. אונדזער באלעבאסטע האט שטארק הנאה־געהאט פון אירע לאקאטארן. ספעציעל האט זי ליב געהאט דאס קינד העניעק. זי האט ליב געהאט פון אים צו הערן, אז אין דער צוקונפט װיל ער זיץ א גענעראל, פארטרעטן שיקארסקין. זי האט אונדז געהאלטן פאר זײער פרום׳ װארעם פון צײט צו צײט זענען מיר מיט איר אװעק אין קירכע. איר האט נישט געקענט אײנפאלן, .אז איך בין נישט קײן קריסטין, בפרט, אז מײן ״מומע״ איז כמעט יעדן זונטיק אונדז געקומען באזוכן. מײן שכנטע, א געװעזענע לערערין, האט אנגעהויבן צו לערנען העניעקן, אים צוגרײטן אין פאלקס־שולע. ער האט זיך װונדערבאר גוט געלערנט. אזוי זענען אװעק א פיר חדשים. דער װינטער האט זיך דערנענטערט און מיר מאכן דעם אנשטעל, אז מיר גרײטן זיך שוין באלד אהײם צו פארן קיץ װארשע. אונדזער באלעבאסטע רעדט אונדז אבער שטארק צו, מיר זאלן נאך פארבלײבן. עס איז אזוי אומרואיק אין װארשע — זאגט זי צו אונדז — עם איז דאך בעסער אויף דער פראװינץ. מיר לאזן זיך טאקע צורעדן און בלײבן װײטער װוינען. אויד מײנע שכנים בלײבן. צו װײנאכט לאדט אונדז מײן באלע־ באסטע איץ צו זיך. איך מיטן קינד צינדן די ליכט אויף דער ״כאינקע״. איך האב העניעקן גוט צוגעגרײט אויף פראגן, ער זאל װיסן צו ענטפערן, און אלץ איז אדורך בשלום•
Connected nodes