207 פ נ ק ס כ מ י ע ל ב י ק 203 זײנען עלטערע מענטשן, אז צװישן זײ איז נישטא קײנער, װאט זאל דאס קענען טאן. און אײנער האט גע׳עצה׳עט, אז מען זאי1 דא גלײך אויסרופן, אז דער, װאס װעט זיד אונטערנעפצן ארויפצוקלעטערן אויף דעם םלופ און ארונטערבינדן די שטריק, װעט באלוינט װערן. מ׳האט אויםגערופן נאכאמאל און נאכאמאל אבער קײנער האט זיך גישט גערירט פון ארט. מיט אמאל זעט מען, װי א קלײן געװיקסיקער מענטש שטופט זיך אדורך דעם גרויםן עולם, גלײך צום בורמיסטש, אויסגעצויגן מעשה סאלדאט, מיט דער רעכטער האנט אויף זײן שטערן און מעלדעט זיך, אז ער װעט ארויפקלעטערן אויפן סלופ און ארונטערבינדן די שטריק• דעם בורמיםטש איז זײער שטארק געפעלן דער ארט אויפפירן פון דעם ױנגענמאן און האט אים געזאגט : — ״גוט, אויב דו װעסט דאס באװײזן, װעל איך דיך גוט באלוינען, אבער דו מוזט מיט דיר מיטנעמען דאס״ — ער האט אים געװיזן א קלײנעם פאקעט, אײנגעװיקלט אין פאפיר, — ״דאם װעםטו אויבן אװעקשטעלן אין דעם אפענעם קעסטל, װײל דאס װעט זײן דער פרײז פאר יענעם, װאס װעט ארויפקלעטערן אויף דעם םלופ׳ און דאם קעסטעלע דערגרײכן״. און דער בורמיסטש גיט אים איבער דעם פאקעט און פרעגט בײ אים : ״דײן נאמען ?״ און ער זאגט : ״איך הײס דוד, מען רופט מיך דוד שעלמעק...״
דוד נעמט אלזא דאס פעקל און בינדט דאם ארום אין זײן גארטל, אדער פאסעק, כדי זײנע הענט זאלן זײן פרײ, כאפט זיך ארויף אויף דעם םלופ און פאנגט אן קלעטערן. ער האלט ארומגעקלאמערט זײנע פיס אין דעם סלופ און מיט די הענט העלפט ער זיך ארויפדראפען. ער רוט אביםל און קלעטערט װײטער. ער איז שוין האלב װעג, אבער ער זעט אײן, אז עס װעט פאר אים זײן אוממעגלעך צו דערגרײכן דאס קעסטל. דער םלופ איז געפערלעך גליטשיק, און ער פילט זיך שוין אויסגעמאטערט. ער האט שוין אפילו געטראכט זיך צוריק ארוגטערצולאזן. אבער אין דער מינוט דערזעט ער די 3 שטריק פאלט אים אײן א געדאנק, אז ער קען זיך העי^פן מיט אײנעם און ער שטרעקט אויס אײן האנט און כאפט אן דעם שטריק. אזוי האט ער זיך מיט בײדע הענט געהאלפן ארויפציען, װאס אמאל העכער ביז ער האט דערגרײכט די אײזערנע שטאבע.
דער עולם האט ענטהיאםטיש געשריגן — הורא. דוד שעלמעק האט זיך ארויפגעזעצט אויף דער איהערנער שטאבע, האט זיך אביסל אפגערוט און דעם פאקעט ארויפגע־ שטעלט אין דעם אפענעמ קעסטעלע. נאך דעם האט ער אויפגע־ בונדן די שטריק און זײ ארונטערגעװארפן. ער אלײן האט זיך ארונטערגעגליטשט מיט אזא שנעלקײט, אז ער האט זיך אונטן אנגעשלאגן שטארק אן דער ערד מיט די פיס, אז ער איז מער נישט געװען אימשטאנד זיך אויפצושטעלן. מען האט גלײך אויפן ארט געלאזט רופן איטשל רופא, און ער האט באשטעטיקט, אז דאם קנאכל פון זײן פום איז ארוים פץ פלאץ. דער פום איז גלײך געשװאלן געװארן. דער בור־ מיסטש האט גלײך געהײסן 2 םטרוזשעס זאלן העלפן דוד שעלמעקן אריבערטראגן צו איטשל רופא. זײן ׳וידדינונג איז געװען אין טומאה־געםל װו מאטל ברוך מיכאל׳ם האט געהאט זײן שענק. די קאראנאציע־פײערונג איז װײטער אנגעגאנגען, דאם ױנגװארג האט ארומגערינגלט דעם הויכן סלופ. יעדער האט געװאלט פרובירן זײן מזל. מען האט געזאגט, אז אויבן אין דעם קעסטעלע ליגט א זילבערן זײגערל און א פלאש קאניאק. די פלאש האט מען טאקע געקענט זען פון אונטן, װען מען האט ארויפגעקוקט. דער עולם, װאס איז געשטאנען ארום, האט גאנץ פײן פארברענגט און געשפאםט.
בײ דער זײט, אין מארק, װו לעשמאן האט געהאט זײן גאסט־הויז, זענען געװען אויםגעשטעלט לאנגע טישן און אויף די טישן מיט געבעקסן — בײגל, זעמל, בולקעס, ברױט און אויך אײער, פוטער, קעז, הערינג און נאך אנדערע זאכן. און אויך צו טרינקען האט נישט געפעלט — םאדעװאםער און ביר איז געװען איבערגענוג... װען עס איז געװארן נאכט, האט מען צוגעגרײט גרויסע פעסער מיט םמאלע אין די 4 זײטן פון מארק. דער מאגי־ סטראט האט באפוילן די פעסער מיט סמאלע אנצוצינדן, און עס איז געװארן ליכטיק, װי בײטאג. עס איז אויך געװען א ײדישער ױנגערמאן פון דער פרעמד, א בעקער. ער האט געװיזן פארשידענע קונצן. ער איז געגאנגען אויף שטאלצן און אויך געטאנצט מיט זײ איבערן מארק... דוד שעלמעק איז געלעגן אין דעם גיפס עטלעכע װאכן׳ און װען מען האט אים ארונטערגענומען דעם גיפס, האט ער גענומען גײן מיט א שטעקן. שפעטער האט זיך ארויסגעױיזן. ױ משפחה פון זישע בערלינסקי