223 פ נ ק ס כמיעלניק- 224 און װען לײביש פארבערם אײדעם איז .אװעק קײן בראזיל זוכן פרנסד., כדי נישט צו בלײבן קײן קעםט־אײדעמל, האט דער שװער געפםקנט׳ אז די טאכטער זאל בלײבן אן עגויה און דאם אײניקל יצחק א לעבעדיקער יתום׳ אבי זײ זאלן אין דער פרעמד נישט פארן. דאס אײניקל יצחק האט זיך דערצויגן בײם זײדן׳ ער האט געלערגט׳ טאג און נאכט• געװען אן עילוי. דער רב פון שטעטל האט מיט אים געלערנט און זיך מיט אים בארימט. און אז מ׳האט בײ אים געזען אמאל א ביכל פארשטעקט אונטער דער גמרא׳ האט דער זײדע אים גלײך געװיזן די טיר. דאם גערער שטיבל װו יצחקל אספים האט געלערנט׳ האט נאך אים געהײםן שבעה זיצן. יצחקל איז אװעק פון זײדן. און דאם איז געװען דער ערשטער פונק׳ װאם האט צעפלאקערט א פײער פון קאמף צװישן דעם אלטן און דעם נײעם דור׳ װאס האט אנגעהויבן זוכן נײע װעגן. יצחקל אםפים חברים האבן גראשנם צוזאמענגעלײגט און אים א בוידעם־שטיבל געדונגען. און אט דאם בוידעם־שטיבל איז געװארן זײער קולטור־צענטער. אלע װאם האבן געװאלט א בוך לײענען׳ פראגרעסירן׳ זענען זיך דארט צוזאמענגעקומען. אספיס איז דערקלערט געװארן אין שטעטל אלס אפיקורם און יעדער װאס קומט מיט אים אין בארירונג אלס ״פושע ישראל״.
אװעקגײן פון שטוב איז נישט געװען װוהין און בלײבן אין שטוב און צוקוקן װי מאמע און טאטע לײדן איז געװען שרעקלעך. דער װילן נאך װיםן האט אבער אלץ דורכגעבראכן. אט אין דעם בוידעם־שטיבל האט אםפים א שולע געגרינדעט. א בחור װאם האט קײן לערער פאר די אויגן נישט געזען׳ איז אלײן א לערער געװארן. געלערנט עברית װי א מאדערנע לעבעדיקע שפראך. כמעט אן מיטלען א ביבליאטעק געשאפן. בײגאכט װען דער טאטע איז געשלאפן׳ האבן מיר א בוך געלעזן׳ אלץ איז געװען נײ פאר אונדז. װעגן יעדן בוך האט נען דעבאטירט שעהן. אט געדענק איך אברהם זילבערבערג׳ א ישיבה־בחור׳ װאס איז אין א קורצער צײט געװארן א גלענצנדיקער צױניסטישער רעדנער. א ױגנט װאס האט קײן טעאטער נישט געזען׳ האט געשאפן .א דראמאטישע סעקציע און מיט דערפאלג געגעבן פארשטעלונגען. דער חלום פון פעטער יאסל עס פאלט א װײםער׳ מילדער שנײ. לאנגזאם׳ לאנגזאב פאלט ער און װערט .אלס דיקער און דיקער. אלץ גיסט זיך צוזאמען. עם איו חנונה בין השמשות. ײדן גײען אהײם פון מנחה־מעריב און עס זאמלען זיך צוזאמען 10 —12 קעפיקע משפחות. מען צינדט דאם ערשטע חנוכה־ליכט און דער ״מעוז צור ישועתי״ הערט זיך אלץ העכער און העכער. די קלײגע חנוכה־ליכטלעך צעװארעמען דעם שנײ פון פענצטער און עס זעט זיך ליכט׳ — חנוכה־ליכטלעך׳ װאם דערצײלן װעגן נסים פון אמאל.
פארטרוימטע קוקט מען זיך אײן אין די ליכטלעך׳ א בענקשאפט פילט מען צום לאנד׳ צום ארט פון די נסים׳ װאם איז אונדז אומבאלאנט און דאך אזוי נאענט. די ליכטלער צאנקען און פון דער װײטנס הערן זיך די גלעקלעך פון צװײ אומגעקומענע שװעסטערם פון פנינה װײנבערג —כהן מיט זײערע קינדערלען־ — אײניקלעך פון ר׳ יעקב װײנבערג הי״ה שליטנם׳ װאם גליטשן זיך אין דער װײםער װעלט. אפגעגעםן װעטשערע׳ קלויבט מען זיך צוזאמען שפילן א קערטל. עם איז ליכטיק און װארעם. מ׳פרעגלט שמאלץ אויף פםח און דער פעטער ריח שמעקט מיט אײגגעזעסנקײט און זיכערקײט. אט שפילט מען אן ״אקע״. עם שפילן די מענער׳ און די קינדער רינגלען ארום דעם טיש׳ קוקן זיך צו שטיל מיט דרך־ארץ. עם ציט א קארט דער פעטער יאסל. מײן שװעסטער קוקט זיך צו׳ ער פרעגט: ״אסתרל׳ װאם זעםטוי און זי ענטפערט : ״אײן אויבער־גרין״. — ״און איך — זאגט ער — זע א גרויםע קראפט־מיל׳ א מאטאר־מיל׳ מיט עלעקטריש ליכט• און װײםטו װאס עלעקטריע איז ? א מין װײסע׳ גרויסע ליכט׳ יװאס װען מען גיט א דריק׳ שײנט זי״,
א טרוימער און מיט איניציאטױו איז געװעזן דער פעטע־■ יאםל׳ צוריק מיט 50 יאר אין דעם אפגעשטאנענעם פוילן. װו עם זענען נאר געװעזן װאסער־און װינט־מילן. און זומער איז קנאפ געװען װאםער און דאם ראד האט זיך נישט געדרײט און די מיל האט גישט געמאלן אין װינטער און אין פרילינג איז דאם װאםער געװעזן אלוי שטורמיש׳ אז עם איז געװען א געפאר די מיל צו לאזן : און אט אין א חנוכה־נאכט׳ בײם קארטן־שפילן טרוימט דער ניט זײער רײכער קלײנשטעטל־ דיקער ײד װעגן א קראפט־מיל מיט העלער עלעקטרישער ליכט. דער געדאנק פון א קראפט־מיל פארפאלגט אים׳ לאזט אים נישט רוען. נאענטע רעדן אים אפ׳ די אונטערנעמונג איז צו גרוים לויט זײנע מיטלען׳ צו נײ און אומזיכער. אבער ער פארט לםוף נאך װארשע׳ קויפט א גרויםע מאשין אין בויט טאקע א גרויסע קראפט־מיל אויף עלעקטריע — פון די ערשטע קראפט־מילן אין גרוים־פוילן מיט 50 יאר צוריק.