Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 118
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-918

227 סנקס כמיעלניק• 228 אין שטאט װאס האט יעדן שבת־צונאכטם געפראװעט מלװוז־ מלכה מיט הערינג און קראץ־בארשט, קארטאפל מיט בארשט און... געזאנג, געזאנג, און װידער אמאל געזאנג ביז נאך חצות — אזוי זומער און װינטער — — — בארימט אין שטיבל זעגען געװען די דרײ ברידער יקיר, .אלע דרײ מלמדים, פון די אנגעזעענםטע מלמדים אין שטאט, אבער נאר אײנער פון זײ, דער מיטלסטער, ר׳ שמעון יקיר איז געװען דער קלאםישםטער מאדזשיצער חםיד אין דעם זין, װאס ער האט געהאט אן ״ארגל״ אין האלדז, װי מען האט געזאגט. די דרײ ברידער האבן זיך אײנגעטײלט מיט די ראלן צו דער מלװה מלכד.: דער עלצטער האט צוגעגרײט דעם הערינג־קראץ־ בארשט, דער ױגגסטער די קארטאפל מיט בארשט און דער מיטלםטער האט ״דערלאנגט שטיקעלעך גארגל״. האבן לײטן געזאגט : דער ״גארגל״ שמעקט דאך צום בעםטן - און אז ר׳ שמעון האט ״געגעבן״ א ״בן יקיר לי אפרים״ האט מען געלעקט די פינגער און געזאגט : זעט אויס, אז ער קאן אויך טאקע פערזענלעך דעם הבן יקיר... משה יקיר׳ם ױנגםטער זון איז געװען דער לעצטער חזן.

passage_1925d5556db0d43ed4e90d65
Passage 2normalized OCR · source chars 920-2010

שײנע נגינה צו שלוש־סעודות האט מען אויך געהערט אין אלעקסאנדער שטיבל: דער שטאטישער שול־חזן ר׳ יעקל׳ איז געװען אן אלעקסאנדער חםיד• צו שלוש־סעודות װען ער איז געװען פרײ פון שול, איז ער געקומען אין שטיבל, און טאקע מהנה געװען דעם עולם ביד רחבה פון זײנע חזנישע, באמת שײנע זאכן. א חוץ דעם זענען דארט געװען א פאר חםידים מיט ר׳ משה גארליצקי אין דער שפיץ, װאם זענען געװען הערלעכע זינגערס. צוזאמען מיטן חזן׳ האבן זײ געביל־ דעט א מקהלה הראויה להתכבד. * א גאר באזונדערן חשובן ארט אין שטאט האט פארנומען די ישיבה, װאם האט צו יענער צײט צוגעצויגן בחורים תאבי־ לימוד, אויך פון די נאענטע און װײטע ארומיקײטן. אפילו קעלצער בחורים זענען געקומען לערנען אין דער ישיבה אין כמיעלניק, װאס האט געשמט זײער װײט אלס א מקום־תורד״ װײל זי האט געהאט עטלעכע גוטע ראשי־ישיבה און משגיחיפ ױדעי־תורה. געװען א ראש־ישיבד״ ר׳ משה מיכל, א ײד א למדן, א גערער חסיד און א גרויסער ירא שמים, און אז ער האט זיך פארטיפט אין א תוםפות האט ער געקײעט ממש די... אײגענע בארד. און אז ער האט צעקײעט א שטיק בארד איז אויך, זעט אוים, דער תוספות גוט צעקײעט געװארן... האבן בחורים צװישן זיך גערעדט: — נו, איצט באקומט מען א װאזשנע שטיקל בארד מיט תוספות...

passage_d4cb5675a6b0b34c1e25eb97
Passage 3normalized OCR · source chars 2012-2315

דער משגיח ר׳ ױםף, איז געװען אן אײדעם אויף קעסט און האט געקאנט גוט לערנען׳ אבער נאך אן א מדרגה — בעיקר איז אבער די ישיבה בארימט געװען אדאנק דעם ראש־ ישיבד״ ר׳ יצחק ישעי׳ — אזוי האט מען אים גערופן• ער איז געװען בארימט און געשמט אלם גאון׳ בקי וחריף אין ים־ התלמוד, איז געשטאנען אין פארבינדונג מיט אלע גדולי

passage_f1c589ebfa6cad941925903f
Passage 4normalized OCR · source chars 2317-3483

התורה אין זײן צײט בעניני שאלות ותשובות בעניני הלכות ופלפולי ש״ם ופוסקים. דערצו האט ער פארמאגט א זעלטענעפ׳ אויסערגעװײנלעכן טאלענט פון ״איבערגעבן״, ד.ה. מםביר זײן די שװערסטע סוגיה און די קאמפליצירטםטע שקלא וטריא, צו געבן דעם הארבםטן תוספות אין אזא פאפולערער אײנפאכער פײנער פארם, װאם האט פארבליפט און געפאנגען דאם הארץ און נשמה פון יעדן װויל־לערנער; ער איז אויך געװען א הארציקער טײערער ײד. נעים הליכות און פשטות איז געװען זײן םימן־היכר׳ געהאט א הדרת־פנים װי זעלטן, און װי נאר פאר אזא תלמיד־חכם זיך פאסט, א הויכער, ברײט־פלײציקער, פולער, און הערלעך־שײנער מענטש אלאבאםטער־שנײ־װײסע הויט, און מיט א לאנגער שײנער װײםער בארד. געגאנגען תמיד אנגעטאן א נגידיש־רבנישן העלן כאלאט, װאם האט געשמעקט מיט רחבות און רײבקײט, זויבער פון קאפ ביז פיס. די געמזענע שטױול זענען שטענדיק געדוען אפגעפוצט, זיך צו קענען שפיגלען אין זײ. מיט אײן װארט, ממש תלמיד חכם בלי שמץ של רבב על בגדױ• עס איז געװען א פולע הנאה בלויז שטײן אין זײנע ד׳ אמות. די װאם האבן געהאט די זכיה בײ אים צו לערנען, צװישן זײ אויך מײן װײניקײט, איז צו זײער גליק און שמחה קײן גרע־ נעץ נישט געװען. בשעת די שיעורים האט מען ממש געפילט, אז ער, בלויז מיטן גוף זיצט דא בײ אונדז. אבער זײנע רעױנות און מוח שװימען װײט און טיף־טיף — אין ים־

passage_f550e9fc47c0f02232f6b1d7
Passage 5normalized OCR · source chars 3485-4592

התלמוד - און עם האט אפט פאסירט, אז אין מיטן זאגן א שיעור האט ער זיך פארטראכט אויף .אמאל ביז א פערטל שעד״ און נאך אזא פארטראכטן זיך, האט גאכהער געפלאסן א פערלדיק ״זאגן״ זײנס, װאס האט געקאנט אנהאלטן צװײ און מער שעה אן אויפהער, בײ א פארהאלטענער אטעם־ שטילקײט פון די בחורים׳ װאס זענען ממש געװען פארכלי־ ניעט פון דער פילפארביקײט און אינהאלטם־רײכקײט װאם זײ האבן אויפגענומען פון זײער באליבטן למדנישן הערלעכן רבין ר׳ יצחק ישעי׳. דאם אינטערעסאגטסטע דערבײ איז, אז ער איז געװען א נגידישער ײד און אויך געהאט א אײגענע גארבערײ און בניגוד צום בארימטן גמרא־װערטל : ״די װעלט דארף בשמים־מאכער, די װעלט דארף גארבער, פונדעסט־ װעגן : װויל דעם װאם איז א בשמים־מאכער, װײ דעם װאם איז א גארבער״ — צוליבן שװערן ריח, װאס טראגט זיך פון דעם גארבער — האט מען דאס בײ ר׳ יצחק ישעי׳ אין גנצן נישט באקומען צו פילן — להיפך, — װי שוין געזאגט : א ריח־ניחוח האט זיך ארום אים געפילט. און אויך קײן געלט האט ער אלם ראש־ישיבה נישמ גענומען, כאטש די ישיבה האט געהאט א נישקשהדיקן בודזשעט און האט אלע אנדערע מלמדים און משגיחים געצאלט א שײנעם געהאלט. * כמיעלניק איז געבענטשט געװען מיט א רב, ר׳ אברהם יצחק םילמאן זצ״ל, װאם איז געװען באקאנט און בארימט

passage_0bf3668e44c83c975939d7e6