239 פ נ ק ם כמיעלניק 240 אומאנגענעמע ארבעט ממש װי די גמרא זאגט : ״אוי לו לכוי שאומנותו בורסקי״... ביטער געזזארעװעט פאר זײער ערלע:ן קױם ביז אין די שפעטע נאכט־שעהן...
אין םאמע מיטן צװישן די אלע גארבערײען האט זיך געפונען א ביר־ברויערײ׳ װאס האט פארנומען א ריזיקן שטח׳ און האט געהערט צו ר׳ איטשע מאיר דאמב? און כאטש ער האט געהײםן ר, איטשע מאיר איז ער נישט געװען קײן גערער חסיד נאר אן אנגעזעענער אלעקסאנדער חםיד און ממש כשמו כן הוא׳ געהײםן דאמב און אױסגעזען װי אן אײנגעװארצלטער דאמב פון יארהונדערטער אין דער פוילי־ שער ערד. אז מען איז ארײנגעגאנגען אין דער ביר־ברױערײ׳ האט מען געהאט דאס געפיל׳ אז מען געפינט זיך אין א גוט פון א גאר גרויםן שלאכטשיץ. דער גאנצער שטח איז געװען ארומגעצוימט און אז דו האםט אנגעקלינגען׳ האבן זיך צעבילט א גאנצע האפטע הינט׳ און אז דער סטרוזש האט דיר אויפגעמאכט׳ אײנשטילנדיק די הינט און זײ האבן מער נישט געבילט׳ נאר דיר ארומגעשמעקט׳ איז געװען ממש פרחה נשמתה׳ מען האט געקאנט דאם לשוז פארלירן... מחמת זײ האבן אין גאנצן װי קיץ הינט נישט אויםגעזען נאר װי װילדע טיגערם׳ װאס מען האט עפעס מיט א כישוף אײנגעשטילט און האבן נאר דערפאר מערער קײן שליטה איבער דײ־ װען דו ביסט דערנאד ארײנגעקומען אין די אפארטאמענטן פון ר׳ איטשע מאיר דאמב׳ איז די איבער־ ראשונג געװען פיל שטארקער װי די ערשטע באגעגעניש.
אין א רהבותדיקן גרויםן צימער האסטו געזען פאר זיך א הויכן ברײט־בײנערדיקן ײד מיט א רויטער קאשטאן־ בארד — ברײט׳ מיט א הויכן סאמעטענעם קאפל אויפן קאפ׳ װאם איז זיך געזעםן כמעט װי א פרינץ. ארום און ארום — שענק מיט אנגעפילטע םפרים׳ ש״םן׳ מדרשיס׳ הערלעך־לעדערנע בענד׳ מיט גאלד־אותיות געליישט. פון דער אנדערער זײט טיש זיצט דער אלטער טאטע פון ר׳ איטשע מאירן׳ א ײד אין די אכציקער׳ א הדרת־פנים׳ אויך הויך מיט א לאנגער שנײ־װײםער בארד. ער איז פארטיפט אין א ספר׳ ער טראגט א רבנישן סאמעטענעם כאלאט און האט אן אױםזען װי א רב אדער א חםידישער רבי׳ ארומגערינגלט מיט אײניקלעך גרויסע און קלײנע׳ אלע אין ײדישע היטעלעך׳ רחבותדיק גביריש געקלײדעט. אין א גאר שײנעם גאלד־ראם הענגט אויפן װאנט א הערלעך שײן לאנדשאפט־בילד און פון בײדע זײטן הירשן־ בילדער נ?יט אריגינאל־הערנער׳ באגילדעט מעשי מלאכת נ׳חשבת. עם איז געװען א פארכאפנדיק בילד פץ תורה וגדולה במקום אחד. דער טאטע מיטן זון ר׳ איטשע מאיר דאמב מיט א היבשע צאל אײניקלעך זענען יעדן שבת געקומען דאװענען אין אלעקסאנדער שטיבל׳ װאם איז גאר נישט נאענט געװען צו זײן ״הויף״ און געפירט זיך בתכלית הפשטות װי אײנער פון די חסידים׳ געדאװנט חםידיש אין א טלית מיט א ברײטער׳ שײנער זילבערנער עטרה׳ און איז געװען
א מעורב בין הברױת. קיץ שמץ פון גאװה אדער גבירישע פארריסנקײט — איז נישט געװען צו מערקן בײ זײ. זײ האבן קײנמאל נישט פארפעלט אויך קומען אפילו צו שלוש סעודות אין ״שטיבל״ און געגעסן דעם ״כזית חלה״ מיט הערינג צוגלײך מיט אלע און מיטגעזונגען די זמירות מיט דביקות אץ געפיל׳ גענוי װי אלע חםידים. ־¥■
גאר א חשובן ארט האבן פארנומען אין שטאט די בעלי־ עגלה׳ס װאס י׳אבן געבילדעט א היבשער שיכט און האבן זיך למעשה געטײלט אויף דרײ באזונדערע ״קלאםן״׳ אויב מ׳קאן זיך אזוי אויםדריקן. דער ערשטער ״חשובסטער״ טײל האבן געבילדעט די דראזשקאזשעם׳ װאס האבן נאר געהאט צו טאן מיט די מורינו־דיקע׳ בעםער סיטואירטע פאסאזשירן, װאם זענען געפארן אויף דער ״ליניע״ קעלץ־ כמיעלניק־בוםק־םטאפגיץ. דאן — די װעגענער בעלי־ עגלה׳ם׳ װאם פירן אויך פאסאזשירן אויףדעראויביקערליניע׳ נאר שוין צװײט־ראנגיקע פאםאזשירן׳ װאס האבן שוין געמוזט ױך רעכענען מיט דער ״קאפיקע״, װײל דא האט געקאםט מער װי מיט א דריטל װײניקער׳ װי אויף דער באקװעמער דראזשקע׳ װאס אין איר זענען געזעסן מאקסימום ביז זעקס מענטשן׳ און דא — אמאל ביז 20 ; און דאן דער דריטער ״קלאס״, די גרויםע משא־װעגענער־בעלי־עגלה׳ם׳ װאס זענען שוין געפארן מיט דרײ פערד אין דער ברײט׳ כדי צו קאנען שלעפן די שװערע משאות צו — און פון דער באן אין קעלץ׳ משאות װאם די גאגצע ״ליגיע״ האט פאר־ ברויכט און עקספארטירט אין דער װײטער װײטער װעלט אריץ׳ אנהײבנדיק פון לעדער און פעדערן ביז פאפאכעם און קאזשוכעם׳ גאגצע מענגעס פארן װײטן רוסלאנד.
זײ די בעלי־עגלה׳ס האבן געבילדעט כמעט װי א באזונ־ דערן שבט אין שטאט׳ מיט א באזונדערן אײגנארטיקן פאך־ פאלקלאר׳ אײגענעם לעבנם־שטײגער׳ מיט אן אײגענעם ארט פארן רבש״ע צום דאװענען און הערן א בעל־דרשן. צװישן זײ זענען געװען שטארק פארמעגלעכע׳ האבן זײ מיט א פזרנישער האנט געשטיצט אלע חשובע תורה־אונטערנעמונ־ גען מיט געלט און געגעבן עםן בכבודע אורחים און ישיבה־ בחורים׳ און אלײן א-ויך געלאזט די קינדער לערנען בײ די בעסטע מלמדים אין שטאט און אין דער ישיבה. געװען צ.א., מאיר קװאשניעװםקי׳ האט ער געהאט נאר איץ זון מיט א טאכטער׳ — האט ער אין דעם זון לײבוש׳ ארײנגעשטעקט א מטמון מיט געלט׳ כדי ער זאל זײן א װויל־לערנער׳ ער איז געװען זײער א לײטישער געראטענער בחור׳ און איז טאקע ארויםגעקומען גאר א גרויסער לײט׳ װי מען האט געזאגט. געװען בײ זײ א װארעם־ײדישע שטוב מיט עמך־ ײדישקײט פון פײנסטן םארט... און בײ א סך אנדערע דאם זעלבע. זײער אומגעקרוינטער אדער כמעט־געקרוינטער קעניג איז געװען דער רײכסטער צװישן די דראזשקאזשעס׳ קאפעלע קאמינסקי װי מען האט אים גערופן׳ װאס האט פארמאגט